שבת קודש פרשת וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וירא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שמעון ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו,
החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו,
החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרב נחמן בראך הי"ו - בית שמש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואקחה פת לחם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ב חשון.
קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב אלעזר בהגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר פארקאש הי"ו - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א - שיכון סקווירא.
כהן: החתן שמעון ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז"ט, ויקרא שמה בישראל: חי' נאך די באבע די רעביצין פון הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
חמישי: החתן שלום ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו.
ר' יצחק מנחם מאסרי הי"ו.
ר' מרדכי בר"י שמאיע הי"ו.
ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו.
ר' אברהם הערש ברח"י הערשקאוויטש הי"ו.
ר' יודא ברי"ש בראך הי"ו.
ר' יואל ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א.
שביעי: החתן מרדכי אהרן ב"ר יו"ט בערגער הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו - באווארפען.
החתן אלימלך ב"ר נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו.
החתן מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.
החתן יעקב בהר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א.
אחרון: החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו - באווארפען.
מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הגבה: הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יו"ט בערגער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב דוד דוב מייזליש שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק צחוק עשה לי אלקים און ארויסגעברענגט אז ווען די ישועה קומט דורך מידת הדין דעמאלטס בלייבט די ישועה א נצחי און דאס איז געווען ביי שרה אמנו און ווען זי איז נפקד געווארן איז געווען הרבה עקרות נפקדו עמה, אויף אלע דורות שפעטער האט שרה אמנו משפיע געווען א ישועה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' משה שמעון וואזנער שליט"א - רב דביהמ"ד שאטויפארק לעיקוואד.
שלישי: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק יקח נא מעט מים און ארויסגעברענגט אז לימוד התורה צוזאמען מיט תשובה ניצט אויף אלע ד' חילוקי כפרה און עס פעלט זיך נישט אויס קיין יסורים צו מכפר זיין.
ידיד נפש: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל טעללער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יעקב בהר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:45.
ארום 10:00 אזייגער איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעלקא מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' חיים אייכלער הי"ו - וומ"ס,
דער רבי האט געליינט די תנאים און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צום מסיבת מלוה מלכה דורך חבורת 'והיכינו' שע"י בחורי ביהמ"ד אבני צדק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, פאר די ראשי החבורה, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די חברי החבורה וועלכע זענען עוסק בתורה בערבי ובמוצאי שבתות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
הרה"ג ר' בנימין ברייער שליט"א - דומ"ץ זכרון יהודה וויען - ב"פ, און הר"ר אברהם שווארטץ שליט"א מארה"ק, האבן פארהערט די בחורים בע"פ און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט עטליכע שאלות פון די בחורים און זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת החבורה, פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ואקחה פת לחם און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען און חזר'ן מסכתות הש"ס וואס דאס איז מבטל די יצר הרע און אנגעוואונטשן מען זאל קענען ווייטער גיין מסכתא נאך מסכתא און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 11:30 זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומ"ס אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א און זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא, און נדרים,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א זילבערנע בעכער.
~🌴~