פרייטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר אינאיינעם מיט די תלמידי כולל לחתנים שע"י מבצר הכוללים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים, פאר די ראשי החבורה, און פאר אלע חתנים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די חתנים וועלכע ניצן אויס די טעג אלץ חתן מיט לימוד התורה און גרייטן זיך צו די חתונה מיטן לערנען די הלכות וואס מען דארף קענען נאך די חתונה און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~