מאנטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
ב"ר דוד חיים צבי מאלח הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך האט דער רבי פארטיילט תעודות פאר די בחורים מציונים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת שבת וועלכע איז געלערנט געווארן אין ישיבה פארגאנגענע יאר.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי,
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די פארברייטערטע היכל הביהמ"ד וועלכע איז אין די טעג פארברייטערט געווארן צוליב די ריבוי התלמידים,
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יצחק טאבאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן דאנערשטאג חיי שרה אין ביהמ"ד עבודת אהרן בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם שמחה גאטליב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה,
און פון די מחותנים הר"ר שלום ברמ"צ גאלדמאן שליט"א און הר"ר משה שמואל רובינפעלד שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות וועלכע האבן געלאדענט רבינו שליט"א צו געבן א שיעור אין ביהמ"ד כתב סופר אין ירושלים עיה"ק בעת די באזוך פון רבינו שליט"א אין ארה"ק דעם קומענדיגן פרשת תולדות הבעל"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אינעם ביהמ"ד במשך די יארן און איבער די פילע פעולות פון כולל שומרי החומות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~