זונטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם אלי' פריעדריך הי"ו.
ב"ר יואל אלי' גליק הי"ו.
ב"ר אייזיק הערש ברח"ש שפילמאן הי"ו.
ב"ר דוד מנשה קרויס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' וועלכע האט פארגאנגענע וואך אנגעהויבן מיט די מאסיווע פראדוקציע לקראת חג הפסח הבעל"ט צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות',
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בעקערי און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, איבער די פרישע חידושים פון היי יאר,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם צוגעבויעטן פליגל וואס איז די יאר צוגעבויעט געווארן צו קענען פארברייטערן די פראדוקציע לטובת אנשי שלומינו,
דערביי האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די טירן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם מקוה טהרה החדש בשכונת דברי חיים בקרית יואל המורחבת,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען און הידורים און דערביי געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די ראשי עסקני וועד הרחבת גבולי העיר,
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צום מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - נדבן שטח המקוה וחבר וועד הרחבות גבולי העיר, און דערביי זיך אומגעקוקט מיט קורת רוח אויף די הרחבת גבולי הקדושה בתוככי השכונה,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים בשם די תושבי השכונה און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א, פאר די ראשי הקהילה, פאר הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו, פאר אביו הרה"ג ר' ברוך לעווי שליט"א - רב דביהמ''ד בנין אריאל אמסטערדאם און פאר אלע נדבנים און תושבי השכונה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר א מקוה און פארציילט עטליכע סיפורים בנוגע חשיבות פון א מקוה, צום ערשט פונעם בעל הילולא הרה"ק המאור עינים זי"ע וועלכע האט פארקויפט זיין עולם הבא צו קענען בויען א מקוה, און דערנאך עטליכע סיפורים לבית צאנז און שינאווע, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די נדבני המקוה טהרה וואס האט אפגעקאסט אנדערהאלבן מיליאן דאלער, ובפרט פון די נדבן השטח הרה"ח ר' הערשל הי"ו און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און אנגעוואונטשן אז זיי זאלן אלע זוכה זיין צו עולם הבא און עולם הזה און כל מילי דמיטב.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חזקי' צבי בוכינגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע יצחק פירטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ג ר' מאיר יעקב מאזקאפף ז"ל אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס און הרה"ח ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט זיך הב' גרשון ב"ר יואל פרענקל הי"ו - וומ"ס, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף טויזענט בלאט גמרא.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~