שבת קודש פרשת לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת לך=
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי ארויפשפאצירט צום בנין המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט מעריך געווען דעם שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים,
ביים אנקומען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א - מנהל ישיבה גדולה שיעור ג' סניף עצי חיים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לך לך מארצך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו תפילה איז א דאורייתא.
קה אכסוף: הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א - אדמו"ר מטעמעשוואר ק"י.
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל ישיבה סניף ויואל משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן מאור עינים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג י"א חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם פאגעל הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: החתן יעקב הערש ב"ר משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
שלישי: החתן חיים מרדכי ב"ר משה ישעי' סאמעט הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן נחמן ב"ר יושע הערש פריעדמאן הי"ו.
חמישי: החתן שלמה זלמן ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו.
ר' קלמן אליעזר ברא"י עקשטיין הי"ו.
ר' שמואל ישעי' וויינשטאק הי"ו - אנטווערפן.
ר' משה יצחק דוד סימאן הי"ו.
שביעי: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
אחרון: החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר יהוסף שווארטץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה נתן וויינשטאק הי"ו - לאנדאן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל ברמ"ב לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב משולם בר"ש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת הקידושא רבא פון בת הנולדה אצל נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וועלכע איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין ב"פ, ויקרא שמה בישראל: חי' פעסיל נאך די באבעס הרבנית הצדיקת אשת חבר פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובתו הרבנית אשת חבר פון הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד חיים גראס הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אברהם שפירא הי"ו - שיכון סקווירא.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און ארויסגעברענגט אז די סגולה פון מצות קריאת שמע איז ניצל צו ווערן פון די נסיון העושר וואס איז שווערער פון די נסיון העוני, במילא קען הקב"ה אראפשיקן השפעות גדולות און פרנסה בהרחבה אן מורא האבן אז מען וועט נשפע ווערן פון די נסיון העושר,
און דער רבי האט מעורר געווען נזהר צו זיין אין מצות קרי"ש וואס פעלט זיך נישט אויס קיין טירחא דגופא און נישט קיין טירחא דממונא נאר אביסל כוונה און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו פרנסה בהרחבה גדולה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א - אב"ד וועגשייד וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' ברוך האגער שליט"א בן האדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:50 האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בנציון הי"ו ואחיו הר"ר חיים קליין שליט"א היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' נח קליין ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון Ahcieve,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין אויף א מסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות פונעם ארגענעזאציע לטובת די חולי ישראל בנפש רח"ל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די אנווענזנדע רבנים שליט"א, פאר די בעלי בתים, און פאר אלע מיטארבעטער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון די פעולות ארויסצוהעלפן אידן ארויסצוקומען פון זייער פריוואטע גלות און די חיוב זיך צו פירן ע"פ דעת תורה ביי יעדע פעולה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אויף קביעות מזוזה ביי די נייע בנין פון די 'ידידים' ארגענעזאציע אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות פאר החתן בן הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - מראשי המפעל,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין אויף א מסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פאר די חולי ישראל און זייערע משפחות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע עסקנים און וואלענטירן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון טוהן חסד מיט אנדערע אידן ובפרט פאר חולי ישראל וואס דאס איז מקרב ביאת המשיח און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי ארום אויף אלע שטאקן פונעם בנין און שטארק באוואונדערט די פילע פעולות פונעם ארגענעזאציע און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די הנהלה און אלע מיטארבעטער.
א גוטע וואך.
~🌴~