דאנערשטאג לך חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג לך חלק ב'
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר זיכערמאן - ר' חנא דים, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יקותיאל יושע בודק - ר' יעקב יוסף גלויבער, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף הלכות שבת הבה"ח שמעון יודא ב"ר ברוך יצחק ווייס און הבה"ח מאיר זידא ב"ר יואל דוד ווייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביי הרה"ג רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א חבר הבד''ץ בירושלים עיה''ק, בבית האכסניא הרה"ח ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע תורה'דיגע שמועס אין די סוגיא פון נח לאדם שלא נברא יותר משנברא, און דערנאך האט זיך עס פארצויגן איבער אינטערעסאנטע הלכה'דיגע שאלות אין הלכות סוכה עס האט זיך פארצויגען פאר איבער א האלבע שעה. דער רב האט מכבד געווען די רבי בברכת לחיים, און דערנאך האט די רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר דער בעל אכסני'.
און דער רבי האט איינגעלאדנט די גרויסער גאסט די רב אלץ גאסט אין קרית יואל אויף שבת, דערנאך האט דער רבי זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~