שבת קודש פרשת נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נח=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן דוד צבי ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו,
החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו,
החתן אברהם הערש ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו,
החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו,
החתן חיים שרגא ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת תפארת יעקב בארה"ק עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו - ירושלים.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק אלה תולדות נח און ארויסגעברענגט אז דורך שירות ותשבחות ביי די סעודת שב"ק באקומט די גוף א קדושה און מען האט כח זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע א גאנצע וואך, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען די בחורים אפצורעכטן די סעודת שב"ק כראוי מיט שירות ותשבחות, און געזאגט אז 'מען האט נישט געדינגען קיין חברה מזמרים' נאר די גאנצע ישיבה דארף זינגען די זמירות שבת לכבוד שבת.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה שפיגעל הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק איש צדיק תמים היה בדורותיו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.
קה אכסוף: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ג' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אשר אנטשיל גאנדל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א - אב"ד וועגשייד וומ"ס.
שלישי: החתן דוד צבי ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן חיים שרגא ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
ר' מאיר דוד ברק"י ווייס הי"ו.
ר' הערש אלימלך ב"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו.
ר' ליפא ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ר' יושע בר"מ פריעדמאן הי"ו.
שביעי: החתן אברהם הערש ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
מען האט געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל פריעדמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' בערל אקער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה תולדות נח וכו' את האלקי'ם התהל'ך נ'ח ווי דער בעל הטורים זאגט אז די ס"ת איז 'חכם' דער רבי האט נאכגעזאגט אז די עיקר עונש וואס מען באקומט ווען מען טוט א עבירה איז נישט אויף די עבירה אליינס נאר אויף דעם אז מען האט נישט תשובה געטוהן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון לימוד התורה האט מען די זכי' צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב ואומרת שובו בנים שובבים און מען קען זוכה זיין צו נתעורר ווערן לתשובה,
און דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות צום נייעם זמן ווי יעדער האט אנגעהויבן א נייע זמן בעלי בתים, אברכים, בחורים, און תשב"ר, און מען דארף זיכער מאכן צו האבן שיעורי תורה בקביעות גמור.
ידיד נפש: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן לייבוש ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:00.
ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד צאנז ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב הביהמ"ד, לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי צאנז און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר הרה"ג ר' קלמן שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 11:50,
איינער פון די תלמידים האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15' טע עוו. שליט"א, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר די חשוב'ע רבנים שליט"א, פאר אלע עלטערן, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז יעדע איד דארף שטייגן יעדן טאג אין עבודת השם און תשובה טוהן אויף די נעכטיגע טאג, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים,
ארום 12:30 האט דער רבי פארלאזט די זאל, און זיך אומגעקערט קיין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~