מיטוואך נח - אדר"ח חשון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נח - אדר"ח חשון=
פארן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יואל ברי"ז פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
תאומים ב''ר פישל ב''ר אברהם יושע פריינד הי"ו.
ב''ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
ב''ר יואל בנציון אבעלעס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:45 און מעריב ארום 10:00 אזייגער בבית האכסניא.
~🌴~