דאנערשטאג בראשית - אסרו חג סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בראשית - אסרו חג סוכות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם זאב קויפמאן הי"ו - מאנטריאל.
ב"ר חיים ראטה הי"ו.
ב"ר אפרים שטערן הי"ו.
ב"ר יואל פייערווערקער הי"ו.
ב"ר ישראל מנשה ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר הערשל נאווי הי"ו.
ב''ר יואל כ''ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מרדכי נחמן שאלאמאן הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם זונטאג נח אין ביהמ"ד אהל פיגא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין ק"י המורחבת ווי דער רבי וויילט במשך די וואך אויף מנוחת הנפש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 און מעריב ארום 7:30 בבית האכסניא.
~🌴~