~ באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב -…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~ באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית יואל, אינאיינעם מיט אלופי אלפי אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט~
=ליל הושענא רבה - אושפיזא דדוד מלכא משיחא=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:20.
נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך בענטשן לכבוד הושענא רבה.
צוליב די רעגן האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת יו"ט אינעם סוכה בביתו נאוה קודש,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו - מנאמני ביתו.
ארום 10:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה אנגעטוהן מיט א ווייסע קאפטן, דער רבי האט געזאגט די תפילה פארן ליינען,
בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאך משנה תורה איז דער רבי אויפן בימת הכבוד פארנט פון ארון הקודש בהיכל ביהמ"ד הגדול,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס די אידן האבן באקומען די תורה און נישט די מלאכים איז טאקע וויבאלד זיי האבן א יצר הרע, אבער מען האט נאך אלץ א בחירה חפשית וויבאלד בראתי תורה תבלין כנגדו, און דאס דארף יעדער ארייננעמען אין הארץ און נתעורר ווערן צו תשובה, און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי מוסר והתעוררות זאגענדיג אז הושענא רבה איז דא די זעלבע כח ווי ראש השנה און עס איז דא א געלעגענהייט צו תשובה טוהן.
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת ספר תהלים ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
מען האט געזאגט די יהי"ר און קדיש נאך יעדע ספר, מען האט געענדיגט תהילים ארום 2:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי געבינדן די ערבות פאר די הושענות מיט א צווייג פון א ערבה.
=יום הושענא רבה=
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף מיט'ן טלית, קיטל, קאפל און וועסטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב ב"ר רפאל מאסרי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק,
דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים ביי הלל מיט גרויס ברען און דביקות,
נאך הלל האט מען אראפגענומען די רינגעלעך פונעם רבינ'ס לולב.
דער רבי האט אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע 'הושענא רבה דרשה' ארום 1:50, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זיבן מאל ביז הושענא למען גדלך ותפארתך,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט בכיות נוראות מיט די באקאנטע משל פון רבותיה"ק זי"ע פון אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי, זאגענדיג אז 'הולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות אבות',
"הושענא למענך אלקינו"
די ר"ת איז 'אהל' וואס א אהל איז צוגעגליכן צו א מקוה וואס קומט צו זאגן אז פונקט ווי א מקוה קען מטהר זיין אפילו טויזענט מאל און אפילו פון א טומאה חמורה, די זעלבע איז א אהל - די תורה הק' קען אויך מטהר זיין אייביג און אלעמאל, און אזוי אויך איז די מידות פון הקב"ה, און הקב"ה איז א חנון המרבה לסלוח פארדעם איז מען מתפלל 'הושענא למענך אלקינו' מעורר זיין די מידה פון הקב"ה און היינט איז די פאסיגע טאג צו מתפלל זיין און תשובה טוהן צו הקב"ה מיט א חרטה גמורה און אויספועלן אלעס גוטס.
"הושענא למענך בוראינו"
עס איז דא א 'דין' און עס איז דא א 'חשבון' דין איז אויף די עצם עבירה און חשבון איז אויף די צייט אז אין די צייט וואלט מען ווען געקענט מקיים זיין א מצוה, און פארדעם בלאזט מען צוויי מאל שופר צו מכפר זיין אויף די ביידע זאכן.
"הושענא למענך גואלינו"
מען איז אויסגעלייזט געווארן פון גלות מצרים פאר די צייט וויבאלד הקב"ה איז געווען אין מצרים און עס איז געווען עמו אנכי בצרה, במילא איז שוין נשלם געווארן די גלות און עס פעלט נישט אויס אז אנדערע גלות זאלן משלים זיין און מען קען שוין זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
"הושענא למענך דורשינו"
חז"ל דרש'נען אז הקב"ה האט צוגעזאגט פאר כלל ישראל אז ער וועט זיי נישט אויפטוישן מיט א אנדערע אומה, במילא איז הקב"ה מחיוב מיט אלע חיובי בעל לאשה און איז מחיוב צו משפיע זיין פרנסה, רפואה, און גאולה.
"הושענא למען אמיתך"
בזכות פון די תורה הק' וואס ווערט אנגעריפן אמת ווערן די חצונים בטל און די תפילות קענען נתקבל ווערן ביי הקב"ה,
ומכאן הקריאה יוצאות אז יעדער זאל זיכער מאכן צו זיין אנגעשלאסן אין איינע פון די חבורות און לערנען פארן דאווענען צו מבטל זיין די חיצונים און קענען נאכדעם מתפלל זיין כראוי.
"הושענא למען בריתך"
דורך ברית מילה האט כלל ישראל א דין הקדש און די פגם אין די עולמות העליונים וואס געשעט ווען א איד טוט ח"ו א עבירה ווערט אראפגענומען אלץ שור של הקדש שמזיק פטור.
"הושענא למען גדלך ותפארתך"
פון דעם וואס מען נעמט די לולב אין די רעכטע האנט און נישט די אתרוג זעט מען אז מען גייט בתר כמות און נישט בתר אייכות,
ווען מען טוט תשובה ברבים אפילו מיראה האט עס א שטארקע כח און עס ווערט פון די זדונות זכיות,
און דער רבי האט אויסגעפירט אז עס שטייען דא א עדה קדושה פון טויזענטער אידן ביום הושענא רבה און טוהן תשובה איז זיכער אז הקב"ה וועט נחתם זיין לטובה ולברכה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בכל ענינים.
ארום 2:40 האט דער רבי געענדיגט די דרשה, און ממשיך געווען מיט די הושענות און די זיבן הקפות, צווישן די הקפות האט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א געבלאזן די תקיעות תשר"ק, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי רצון.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר ראטטער הי"ו - ב"ב.
מען האט געזאגט אתה הראית מיט די י"ג מדות און רבוש"ע און שיר למעלות פון עשי"ת, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א - ב"פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
בעל קורא איז געווען ר' יעקב שרייבער הי"ו - אנטווערפען.
עס האבן עולה געווען:
כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
לוי: הר"ר יודל וואזנער שליט"א - מאנטשעסטער, און האט גומל געבענטשט און מוציא געווען הונדערטער געסט אנ"ש.
שלישי: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - בית שמש.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יואל דאסקאל הי"ו - ב"ב.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו - ב"ב.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרב חיים בן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - ב"פ.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, מען האט נישט געזאגט רבוש"ע,
תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל ב"ר בנימין זאב ווייס הי"ו - ב"ב.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אין די סוכה הגדולה, דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין און זיך געוואשן.
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג.
ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א - ירושלים.
ברכת המזון: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 5:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~
=ליל שמיני עצרת=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטלית שאולה צו מעריב והקפות.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ.
ארום 9:00 האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
"מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב"
דער רבי איז ארויף אויפן בימה, און געזאגט די לשם יחוד און למנצח, ארום 9:15 האט מען אנגעהויבן צו טאנצן די הקדמה צו די הקפות.
מען האט אנגעהויבן די ערשטע הקפה ארום 10:15, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
ביי די פערטע הקפה זענען די געסט פון ארה"ק מכובד געווארן מיט א ספר תורה.
נאך די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
נאך די הקפות ארום 11:55 האט מען געזאגט עלינו, און דער רבי האט געוואונטשען א גוט יו"ט בצהלות פניו פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
הגבהת הכוס: הגה"צ רבי יעקב מערץ שליט"א - אב"ד תפארת יחזקאל ק"י.
מען האט געזינגען ניגונים פון שמחת תורה מיט גרויס שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד תפארת יחזקאל שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק והיית אך שמח, און ארויסגעברענגט אז כדי די חיצונים זאלן נישט האבן קיין חלק אין די תורה און מיטטאנצן מיט אים שמחת תורה דארף מען א גאנץ יאר אריינארבעטן און זיכער מאכן צו לערנען לשם שמים אן קיין פניות.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:45.
=יום שמיני עצרת=
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל ברמ"מ ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ברכות: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה וומ"ס.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל.
ביים ליינען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי, און הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו - מאנסי, און הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו - וומ"ס.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה''ח ר' יודא רובין הי"ו - וומ''ס.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שלום ווייס הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרב חיים הערש בהרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א.
גלילה: הרב מרדכי יודא בהרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, וועלכע האט דערנאך געשנדר'ט צו זיין די פטרון חבורת יסודי התורה פאר די צווייטע האלב ש"ס פאר די נעקסטע צוועלעף יאר.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן דעם ווייסן סטראקעס בעקיטשע און קיטל, און דערנאך אריינגעקומען צו תפילת מוסף.
ארום 2:20 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף וגשם,
נאך די תפלה לש"ץ האט דער רבי געזאגט לדוד מזמור כמנהג רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און ממשיך מיט קדיש, פאר שמו"ע האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אויסגערופן 'משיב הרוח ומוריד הגשם'.
פתיחה צו תפילת גשם איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט די פיוטים פון גשם מיט א שטארקע התעוררות,
צו קוה און אנעים זמירות האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה ביי אנעים זמירות: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 3:20.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא אין די סוכה הגדולה אינאיינעם מיט די פילע געסט,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען פון די מזונות, נאנט, קינדל, און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן נוסח פון גשם 'להחיות מזכירין גבורות הגשם' און ארויסגעברענגט אז די תפילות פון די פריעדיגע צדיקים העלפן פאר אונזערע דורות ווען אונז האמיר נישט קיין אייגענע זכותים און דאס איז משפיע פאר אונז כל מיני השפעות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
די מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינעם סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן נוסח 'להחיות מזכירין גבורות הגשם' און ארויסגעברענגט אז הקב"ה גיבט חיות פאר די אומה"ע און דאס איז משפיע השפעות פאר כלל ישראל,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה.
בעל תפילה: הרה"ח ר' העניך קרויס הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה זיך צו געזעגענען פון די סוכה,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דער רבי האט טועם געווען פון די עפל און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא און פארן גאנצן ציבור,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען הגלה נא און דער רבי האט געזאגט תורה אויף הגלה נא,
צום ערשט האט דער רבי ארומגערעדט מיט התרגשות מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע זאגענדיג אז ווער עס האט געהערט זיין פייערדיגע הושענא רבה דרשות מיטן געשריי 'באשעפער אנטפלעק זיך פאר אונז' האט הגלה נא א אנדערע טייטש, און די זעלבע זיין השתפכות הנפש ביי ומפני חטאינו, און ביי כתר און נאך,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און ארויסגעברענגט אז די ד' מינים איז מרומז אנטקעגן די אברים פון א מענטש און איז משפיע בריאות השלימות,
סוכה איז משפיע פרנסה בשלימות,
מען ברענגט אריין די ד' מינים אין די סוכה און מען איז מתפלל עס זאל זיין 'את סוכת שלומ"ך' בריאות השלימות און פרנסה בשלימות און נאר אזוי איז 'תאיר ארץ בכבודך' וועט הקב"ה זיין א מלך הכבוד.
נאך די תורה האט דער רבי געווארפן עפל כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולמעלה בקודש,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די יהי רצון ליציאה מהסוכה און זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה און ארויסגעטאנצן פון די סוכה און אריינגעטאנצן אין ביהמ"ד זיך אנכאפענדיג אין אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, און ארומגעטאנצן אין ביהמ"ד עטליכע מאל,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן פלאץ און מען האט ממשיך געווען צו זינגען פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט ארום 7:55, דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו"ט און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~
=ליל שמחת תורה=
דער רבי איז געגאנגען אין מקוה בביתו נאוה קודש.
ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל מרדכי ברח"ב פילאפף הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אריין געקומען צו די געהויבענע הקפות מעוטף בטלית שאולה, און אנגעהויבן אתה הראת.
מיט פתיחת הארון איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
ארום 1:50 האט מען אנגעהויבן טאנצן די הקדמה, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4:10.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פיר מאל.
א) ידיד נפש וכו' משוך עבדך אל רצונך יריץ עבדך כמו איל
יעקב אבינו איז געבליבן סיי מיט די נאמען יעקב און סיי ישראל, ווייל יעקב ישראל איז בגי' קרע שטן, די כח פון יעקב אבינו איז מכניע דעם שטן,
יעקב איז נוטריקין י' קע"ב, דאס איז מרמז די עשרת הדברות וואס האט קע"ב תיבות און דאס איז מרמז אויף די תורה הק', דורך לימוד התורה איז מען מעורר די זכות פון יעקב אבינו, און דורכדעם איז מען מכניע דעם שטן,
יעקב איז אויך נוטריקין י' עקב, דאס איז מרמז אויף די ריקודין של מצוה וואס מען טאנצט מיט די פיס לכבודה של תורה,
אידן ווילן זיין ערליך, ומי מעכב שאור שבעיסה, דאס איז משוך עבדך אל רצונך, אז השי"ת זאל אונז העלפן צוקומען צו עבודת ה', וויאזוי? דורך יריץ עבדך כמו איל, אז מען טאנצט מיט די פיס איז מען מעורר די זכות פון יעקב אבינו וואס איז בגי' קרע שטן.
ב) הדור נאה וכו' אנא קל רפא נא לה
סוכה במילוי איז בגי' רמ"ח, סוכה איז משפיע א רפואה פאר אלע רמ"ח איברים, תרומה איז בגי' "רפא שלם" אז מען לייגט צו די שם הוי' ווערט עס "רפואה שלימה", דאס איז ויקחו לי תרומה, לי לשמי,
ווען מען שאקלט די ד' מינים וואס זענען מרמז אויף די שם הוי' אין די סוכה וואס איז א מצוה וואס מען איז מקיים מיט אלע רמ"ח איברים, איז עס משפיע א רפואה שלימה,
די כ"א הקפות מיט די ספר תורה, צוזאמען מיט די תורה וואס האט פינף ספרים איז בגי' כ"ו קעגן די שם הוי', די הקפות איז מען אויך מקיים מיט אלע רמ"ח איברים, איז עס אויך משפיע א רפואה שלימה,
דאס איז קל נא רפא נא לה, וויאזוי? בהראות לה נועם זיוך, אז מען איז מצרף דעם שם הוי' ווערט פון רפא שלם רפואה שלימה.
און דער רבי האט פארציילט די עובדא פון הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויבער זי"ע וואס איז געווען נישט געזונט און דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט אים געברענגט א פרי פון גן עדן צו שמעקן און עס איז אים באלד בעסער געווארן, עס שטייט אין זוה"ק אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך מיטפרייען אום שמחת תורה, און אז זיי קומען ברענגען זיי מיט א פרי און דער גאנצער ציבור קען נהנה זיין דערפון און זוכה זיין צו א רפואה שלימה.
ג) הגלה נא
מען דארף זיך באנוצן מיט מידת ענוה אבער פאר עבודת ה' דארף מען אויך האבן מידת הגיאות נישט צוצוקומען צו ענוה פסולה,
און מען דארף האבן דעם ריכטיגן דעת צו וויסן וויאזוי זיך ריכטיג משתמש צו זיין מיט די צוויי מידות הפכיים.
דאס איז יתרון חכם מן הכסיל כיתרון האור מן החושך, א חכם קען זיך מאכן ווי א כסיל, און אור קען אויך מיינען נאכט, אבער פארקערט נישט,
מצות סוכה איז משפיע דעת ווי עס שטייט למען ידעו דורותיכם, שמחת תורה אז מען האלט שוין נאך סוכות האט מען די דעת, קען מען שוין מתפלל זיין אז יריץ עבדך כמו איל, א איל טאנצט און הייבט זיך מיט גאות, און אין די זעלבע צייט ישתחוה אל מול הדרך, פירט ער זיך מיט מידת ענוה,
דאס איז והיית אך שמח לרבות לילי יו"ט אחרון, אך איז א מיעוט צו ווייזן אז מען זאל זיך האלטן בענוה, אבער חלילה נישט קיין ענוה פסולה, נאר לרבות ליל אחרון צו טאנצן און זיך הייבן, און זיך פרייען מיט די תורה, און חלילה נישט זיך באנוצן מיט ענוה פסולה צו זאגן ווער בין איך זיך צו פרייען מיט די תורה, נאר וויסן איך האב א שייכות מיט די תורה,
הגלה נא וכו' את סוכת שלומך מיינט די שלימות הדעת וואס מען באקומט דורך די סוכה, דעמאלט איז תאיר ארץ בכבודך, אזויווי אור קען גיין ביידע וועגן, אזוי אויך זאל "ארץ" די ענוה אויך גיין ביידע וועגן און ווען עס קומט צו כבוד ה' זאל מען נוצן גיאות דקדושה, דעריבער נגילה ונשמחה בך קען יעדער טאנצן הקפות מיט די תורה.
ד) בראשית תורתך
עס איז דא ד' חילוקי כפרה, אבער תשובה צוזאמען מיט תפילה נוצט אלעמאל, אבער אז מען טוט עבירות פארלירט מען דעם צלם אלקים, נוצט נישט די תפילה,
דורך עוסק זיין בתורה באקומט מען צוריק דעם צלם אלקים, קען מען שוין מתפלל זיין,
בראשית איז ר"ת ראש שנה יתקעו תרועה בשופר איל, ווייל דורך תקיעת שופר בשעת התפילה ראש השנה איז דא תשובה מיט תפילה, בראשית איז אויך ר"ת בראשונה ראה אלקים שיקבלו ישראל תורתו,
בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה דאס איז תקיעת שופר וואס איז א חכמה ואינו מלאכה, דורך די תורה און תשובה מיט תפילה וואס איז מרומז אינעם ווארט בראשית נוצט די תשובה,
און דער רבי האט אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מקבל צו זיין יעדן טאג עוסק צו זיין בתורה כדבעי און אזוי צוריק באקומען דעם צלם אלקים אויפן פנים.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זיבעטע הקפה נאר אויפן באלעמער און אפגעראכטן די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:35.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די פסוקי יחוד און כתר בהתלהבות אש, און הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו - מאנטריאל, האט ממשיך געווען מיט שמע ישראל, און האט געליינט וזאת הברכה,
עס האבן עולה געווען:
כהן: הר"ר בעריש קליינמאן שליט"א - מאנסי.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנה"ר ישיבה סניף ברך משה.
גלילה: הרה"ח ר' גבריאל זגיל הי"ו - ארגענטינע.
מען האט געענדיגט ארום 5:45, און דער רבי האט געוואונטשען גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו"ט,
מיט די זמירות און ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אנטשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
=יום שמחת תורה=
ארום 11:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
צו פסוקי דזמרה און שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א.
ביי נשמת האט מען געזינגען די נוסחאות פון יו"ט, ימים נוראים און שבת, כנהוג.
ביי הויכע שמו"ע האט מען גע'דוכנ'ט, מ'האט געזאגט ותערב, און נישט געזאגט רבוש"ע,
צו אמירת הלל איז דער רבי דאס יאר צום ערשטן מאל צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט בהתלהבות אש,
מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
אום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו די הקפות, און אנגעהויבן אתה הראת.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו,
מען האט אנגעהויבן צו טאנצן ארום 2:00 אזייגער.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זעקס מאל,
א) ידיד נפש
מען מאכט יעדן טאג שלא עשנו גוי און שלא עשני עבד ווייל דורך עבירות ווערט חלילה אויפגעטוישט די נשמה פון א איד צו א נשמה פון א גוי אדער עבד כנעני, איינמאל דאס פאסירט איז שוין שווער תשובה צו טון,
די סגולה פון מצות סוכה איז אז דורך שלאפן אין סוכה איז מען זוכה צו א שמירה אז מען זאל נישט אויפטוישן די נשמה, און דאס נוצט אלץ א שמירה אויף א גאנץ יאר,
דער פייטן זאגט אז מען זאל נישט אריין ברענגען א גוי אין די סוכה, דערפאר אז די נשמה איז חלילה פארטוישט געווארן צו א נשמת גוי העלפט די מצות סוכה אז עס זאל ארויסגיין, אבער אויב האט מען חלילה די נשמה פון אן עבד כנעני נוצט נישט מצות סוכה אליינס, אבער שמיני עצרת, עצרת איז ר"ת צדיקים עושים ריקודי תורה, דורכדעם כל מלאכת עבודה לא תעשו, גייט ארויס די נשמה פון אן עבד און מען באקומט צוריק די הייליגע ריינע אידישע נשמה טהורה,
דאס איז ידיד נפש אב הרחמן, משוך עבד"ך אל רצונך, מען איז מתפלל אז השי"ת זאל אוועקנעמען די נשמת עבד כנעני.
ב) הגלה נא
מען מאכט יעדן טאג די ברכה נותן התורה, ווייל יעדן טאג איז אויך דא א פרישע נתינת התורה, די זעלבע זאך מגיד דבריו ליעקב, יעדן טאג זאגט השי"ת פריש די תורה, אבער לא עשה כן לכל גוי, אויב איז חלילה פארטוישט געווארן די נשמה צו א נשמת גוי כנ"ל קען מען נישט זוכה זיין צו די פרישע קבלת התורה יעדן טאג,
דורך מצות סוכה באקומט מען צוריק די נשמת ישראל, און די סוכה איז א שמירה אז דורכאויס די יאר זאל די נשמה חלילה נישט פארטוישט ווערן צו די נשמה פון א גוי,
דערפאר טאנצט מען שמחת תורה וואס איז גראד נאך סוכות, ווייל יעדע טאנץ איז נאך א הודאה פאר השי"ת אויף די השפעות קדושות פון די תוה"ק וואס מען האלט אין איין באקומען,
דאס איז ביום השמיני עצרת תהיה לכם, עצרת איז טייטש איינהאלטן, מען דארף זען אנצוהאלטן די נשמת ישראל און עס נישט לאזן אויפגעטוישט ווערן פאר א נשמת גוי,
דאס איז הגלה נא ופרוש חביבי עלי את סוכת שלומ"ך, דאס איז מצות סוכה בשלימו"ת אכילה שתי' לינה, דעמאלט תאיר ארץ מכבודך, ארץ איז די גוף, די גוף וועט לייכטן פון די נשמת ישראל, דערפאר נגילה ונשמחה בך טאנצט מען און מען פרייט זיך שמחת תורה מיט די פרישע השפעה פון די תורה הק' וואס קומט אראפ יעדן טאג.
ג) בראשית תורתך
מצוה גוררת מצוה, ווען א איד איז מקיים א מצוה ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים מקיים זיין נאך א מצוה, און חלילה אויב פארקערט איז פארקערט, אבער דורך עבודת ה' בהתלהבות אש ווערט פארברענט די מלאך וואס איז באשאפן געווארן פון אן עבירה, און מען באקומט צוריק די בחירה חפשית,
בראשית איז אותיות ברית אש, דורך עבודת ה' בהתלהבות אש פארברענט מען די שלעכטע מלאכים, בראשית איז אויך ר"ת רצה אלקים ירקדו ביום שמחת תורה, דורך די ריקודים של מצוה בהתלהבות אש פארברענט מען די קליפות,
תעיר ותריע להכרית כל מריע, וויאזוי איז מען מכרית די קליפות, דורך תקעו בחודש שופר, בחודש שיש בה חג הסוכות און שמחת תורה, דורך די פייערדיגע ריקודין איז מען מכרית די קליפות,
דאס איז בראשי"ת תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה, גראד אין די ווארט בראשית איז שוין מרומז תקיעת שופר וואס איז א חכמה ואינו מלאכה אז דורך די אש קודש פארברענט מען אלע חיצונים.
ד) הקל הגדול עיני כל נגדך
שטייט אין מדרש אז השי"ת איז זיך מתגאה אז אברהם אבינו האט נישט געפרעגט ביים עקידה אתמול אמרת לי כי ביצחק יקרא לך זרע ועכשיו אתה אומר והעלהו שם לעולה, לכאורה וואס האט אברהם אבינו געקענט פרעגן, אפשר גייט ער האבן נאך א זון יצחק,
נאר די נאמען יצחק איז י נאך די י' נסיונות, צ' נאך די צ' שנים וואס שרה אמנו איז אלט געווען ביי לידת יצחק, ח' נאך שמונת ימי מילה, און ק' נאך די ק' שנים וואס אברהם אבינו איז אלט געווען בשעת לידת יצחק, קומט אויס אז א צווייטע זון קען נישט הייסן יצחק, און דאך האט אברהם אבינו נישט געפרעגט קיין קשיות, אין דעם זכות לאזט נישט השי"ת די מקטריגים פרעגן קשיות אויף אידישע קינדער,
סוכות שאקלט מען צ' נענועים מרמז צו זיין די צ' שנים פון שרה אמנו בשעת לידת יצחק, מעורר צו זיין די זכות פון אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיות,
דאס איז הקל הגדול עיני כל נגדך אז די מקטריגים רעדן קעגן אידישע קינדער, דאך רב חסד גדול על שמים חסדך און מען הערט זיי נישט אויס, ווייל אלקי אברהם זכור לעבדך אין זכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות לאזט נישט השי"ת די מקטריגים רעדן קעגן אידישע קינדער, דערפאר זאגט מען דאס נאך סוכות ווען מען האט געמאכט די צ' נענועים מעורר צו זיין דעם זכות.
ה) הקפה ד'
בראשית ברא אלקים, השי"ת האט מהפך געווען מידת הדין צו מידת הרחמים און אזוי באשאפן די וועלט,
צדיקים מהפכין מידת הדין לרחמים, דורך מהפך זיין די צירופי אותיות מאכט מען פון נגע ענג, צרה צהר, מחלה הלחם, וכו', וויאזוי איז מען מהפך, מיט די תורה הק', דאס איז טייטש צהר תעשה לתיבה, אז דורך די תיבות התורה קען מען מהפך זיין צרה צו צהר,
שמחת תורה, דורך קבלות טובות אין לימוד התורה יעדער כפי ערכם קען מען מהפך זיין אלע צירופי אותיות לטובה,
דאס איז בראשית וואס איז ר'"ת רצה אלקים שישמחו ישראל בשמחת תורה, ווי דער הייליגער יטב לב זי"ע האט געזאגט אז דורך די ריקודין שמחת תורה קען מען מהפך זיין אז אפילו אויב מען איז חלילה פאר'משפט געווארן ראש השנה אלץ חייב קען מען עס מהפך זיין צו י'עלזו ח'סידים ב'כבוד י'רננו.
ו) הקפה ו'
ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל, מה ה' אלקיך שואל מעמך כי עם ליראה, וכי יראה מילתא זוטרתא, אין לגבי משה מילתא זוטרתא, משה רבינו איז משפיע יראת שמים, אבער דאס איז תלוי לעיני כל ישראל, לויט וויפיל מען היט זיך די אויגן, לויט דעם איז מען זוכה צו יראת שמים,
ראשית חכמה יראת ה', יראת שמים איז א תנאי צו די תורה הק', כל שיראתו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת, שמחת תורה איז מען זיך מקבל עוסק צו זיין בתורה, צו דעם דארף מען יראת שמים, און דאס איז תלוי אין שמירת עינים,
דערפאר דארף יעדער איינער זיך מקבל זיין קבלת טובות אין שמירת עינים און שמירת המחשבה, און דורכדעם וועט זיין חכמתו מתקיימת, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
צווישן די הקפות האט מען געזינגן די שטיקלעך פונעם הייליגן חרדים זי"ע בהתעוררות רב.
ביי די זעקסטע הקפה האט דער רבי געמאכט די נענועים מיטן ספר תורה כנהוג מיט גרויס דביקות און בכיות דקדושה.
די זיבעטע הקפה האט דער רבי געטאנצן נאר אויפן באלעמער צוליב די שפעטע שעה, און ביי די שטיקל פון 'חזק מיחד עשר ספירות' איבערגענומען זיין אייגענע ספר תורה, און געטאנצן מיט א ספעציעלע אש קודש וואס האט אריינגעשלעפט די גאנצע עולם אין א געוואלדיגע התלהבות און רגש דקדושה.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 6:15, און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור,
ביים לייענען האבן עולה געווען,
בעל קורא: הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו.
שלישי: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
רביעי: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
מען האט נאכאמאל איבערגעליינט די קריאה אלץ א הפסק צווישן די רביס עליות,
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
רביעי: ר' אברהם ווייסמאן הי"ו - ב"פ.
חמישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
מען האט געזאגט די נוסח פון ברשות און אויפגעריפן רבינו שליט"א צו חתן תורה,
דער רבי האט עולה געווען און אליינס געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו - וומ"ס.
חתן בראשית האט עולה געווען הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן, מען האט אויסגעשפרייט א טלית כנהוג.
הגבה: הרה"ח ר' יואל וועלץ הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הבה"ח שמעון מאיר ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הב' חנני' יו"ט ליפא ב"ר שלמה מארק הי"ו - ירושלים.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, מ'האט משמח געווען כנהוג,
מען האט תיכף געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט 7:15, דער רבי האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום נעילת החג טיש אין ביהמ"ד הגדול,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די סעודת יו"ט, מען האט ארויפגעגעבן קרויט.
מען האט מאריך געווען מיט מערערע ניגונים לכבוד יו"ט,
נאך די זופ האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און געזאגט אז מען האט מתפלל געווען 'הושענא למען דתך' ווי מען איז מתפלל אז הקב"ה זאל שיקן א ישועה פאר די תורה הק', און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק,
'אין כוחינו אלא בפה' און געזאגט אז עס וועט בעז"ה פארקומען א מחאה אדירה אנטקעגן די טריפה'נע ממשלה אין ארץ ישראל מיט אירע ביטערע גזירות, און עס ליגט א פליכט אויף יעדע יחיד זיך משתתף צו זיין בגופו ביי די גרויסע מחאה,
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ה' הוא מלכינו און עצו עצה ותופר, אזוי אויך האט הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו פארגעזינגען די ניגונים המיוחסים להרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - רב דבית מדרשינו ישמח משה מאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל' ווי עס איז מרומז סיי שבחן של הקב"ה און סיי שבחן של ישראל, און דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלא קדישא הדין וועלכע האט אפגעראכטן א חודש תשרי מיט אזויפיל דערהויבענקייט ובפרט די צווייטע טעג סוכות וועלכע מען האט אפגעראכטן אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט געזאגט 'דריי טעג נישט עסן און דריי נעכט נישט שלאפן' און דאס וועט זיכער משפיע זיין פארן גאנצן ציבור כל מילי דמיטב.
מען האט געזינגען ובכן צדיקים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א שטארקע התלהבות פאר א לענגערע צייט,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג און אריינגעטייטשט שיינע רמזים וענינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דריי מאל לשנה הבא בירושלים.
נאכ'ן געהויבענעם טיש האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפלה: הב' משה וואגשאהל ני"ו בהרה"ג ר' אברהם דוד ע"ה - מאנסי.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז פארגעקומען דער 'מעמד ברכת הקודש' פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, 'יזכר לך עתה אתמול אשר דברת' יעדער לפי ערכו אנשים נשים וטף און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש זענען אריין זיך געזעגענען פאר א לענגערע צייט די הונדערטער געסט אנשי שלומינו פון ארה"ק, אייראפע, און מאנטריאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש,
עקסטער האבן א קבוצה בחורי שלומינו פון מאנטריאל איבערגעגעבן גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל און דער רבי האט פארטיילט פאר יעדעם ספרו לב אהרן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
אויך האבן א קבוצה בחורי שלומינו פון לאנדאן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים לטובת קופת רבינו לעניי ארץ ישראל און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴~