מאנטאג לך - חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג לך - חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים דוד פריעד - ר' דוד בר"מ עקשטיין, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים פעקעטע - ר' משה בר"א סימאן, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל אלי' קארנבלי - ר' הערש לייב לאנדא, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב הכהן פריעדמאן - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער.
און פון די מחותנים ר' מאיר יעקב לעבאוויטש - ר' אברהם ישעי' שווארץ,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 איז הרה"ג ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר הבד"ץ העדה החרדית געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון אריבער א האלבע שעה איבער תורה וחסידות.
דער רבי האט אים מכבד געווען בברכת לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן.
און דערנאך אים ארויס באגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~