שבת חוה"מ סוכות - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת חוה"מ סוכות - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא=
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר ליפא יואל פישער שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט צום ערשט איינגעלאדענט די אושפיזין און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ביז מלך תמים דרכו.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו ק"י.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
אויך האט מען אויפגעגעבן א ספעציעלע קוגל לכבוד די אושפיזא פון רבינו שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק בהעלותך את הנירות און ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעברענגט אין אידישע הערצער א עריבות ומתיקות התורה און דורך דעם קען כלל ישראל הנאה האבן פון עולם הזה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: הבה"ח אלטר יצחק פאנעט שליט"א, המיול"ח נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע וואס די יארצייטן געפאלט דעם פרייטאג כ"ה תשרי.
קה רבון עלם הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יוסף שלמה ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:55.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און דערנאך פארגעזאגט די הושענות,
פתיחה ביי די הושענות: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו - וומ"ס.
פארן ליינען האט מען געזאגט קהלת.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ, און הר"ר ישראל אויש שליט"א - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' פנחס שווארטץ הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' יעקב יושע סאנדער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמעון אקערמאן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' לייב לעבאוויטש הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה סאלאמאן הי"ו - לאנדאן.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
די כהנים האבן געדוכנט,
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ברא"ש פוקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף מאלח הי"ו - ארגענטינע.
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם אלי' פאגעל הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה צו שלו"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און ארויסגעברענגט אז די צדיקים הקודמים האבן משפיע געווען ישועות פאר זייער דור און פאר די דורות הבאים, און די זעלבע ברוחניות האבן זיי אריינגעברענגט א קדושה וואס גייט אן עד היום הזה,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צו הושענא רבה זאגענדיג אז זכרני ימים מקדם ווען די פריערדיגע צדיקים האבן אויסגעניצט דעם טאג אריינצוברענגען אין אידישע הערצער א התעוררות תשובה און מיט זייער כח קען מען היינט צוטאגס אויך נתעורר ווערן צו תשובה און געהאלפן ווערן מיט כל מיני השפעות.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - חבר בד"ץ התאחדות קהלת החרידים כדתיא לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 9:20.
~🌴~