זונטאג לך - חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג לך - חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל לייב כהן - ר' מאיר משה שפיצער, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מנשה גאטליב - ר' לוי אפעל, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון נכד המשב''ק רבי יהושע מענדלאוויטש שליט''א החתן בן בנו הרה''ג רבי יעקב אלעזר זצ''ל אב''ד הלכה ברורה ומו''צ בקהילתינו, וואס איז פארגעקומען בביהמ''ד הלכה ברורה אין קרית יואל, דער רבי האט געמאכט א לחיים, און געטאנצן מיט די חתן און מחותנים.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל העניך קרויס - ר' אברהם יושע בערקאוויטש.
און פון די מחותנים ר' שמשון שרגא פויגעל - ר' יואל בר"פ בראך.
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~