פרייטאג - יום ב' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג - יום ב' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
שלישי: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגע פרישע געסט פון אייראפע וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט בצל הקודש.
הגבה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א - ירושלים.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
א גוט שבת.
~🌴~