זונטאג ברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ברכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף יואל יושע בלומענטאהל הי"ו.
ב"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל ברא"ז גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יעקב יוסף ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
און די פארמיטאג שעות ארום 12:45 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' - כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, און מרביצי תורה, און פאר אלע בחורים.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון מערכת 'ורוממתנו' וועלכע געבן זיך אפ צו פארשפרייטן די אויסצוגן פון די דב"ק פון רבינו שליט"א במשך די פארלאפענע יאר צייט ובפרט פאר די ימים טובים אריינצוברענגען א חשק און א שמחה אין א מצוה וכו',
דער רבי האט איבערגעקוקט די קונטרס פון די אויסצוגן פון די פארלאפענע יאר צייט און די קונטרס וועלכע קומט ארויס לכבוד שמחת תורה מיט די דב"ק פון פארגאנגענעם שמחת תורה תשפ"ה, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים מ'זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מנחת שבתי פון הרה"ק רבי שבתי שעפטיל ווייס זצ"ל - אבד"ק שימאני וועלכע איז יעצט געדריקט געווארן דורך די אייניקלעך נאכן טרעפן די כתב יד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק משימאני זצ"ל און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~