שבת קודש פרשת האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת האזינו=
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה אינאיינעם מיט די אויסלענדישע בחורים פון ארה"ק און אייראפע.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' נפתלי אלימלך ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל לאנדאן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מנהל ישיבה סניף דרך התורה ומו"ץ בית מדרשינו בשכונת זרע קודש.
מנוחה ושמחה: הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל ישיבה סניף שביל התורה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק יערוף כמטר לקחי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אלי' לאנדא הי"ו - לאנדאן.
ברכת המזון: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם ערב סוכות.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם משה היימאן הי"ו - לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו - לאנדאן.
לוי: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' יושע ברי"ש פריעדמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: הרה"ח ר' משה קאפפעל הי"ו - לאנדאן.
אחרון: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
גלילה: ר' יוסף ברמ"א פריינד הי"ו - לאנדאן.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר יושע עסטרייכער שליט"א - לאנדאן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אלי' לאנדא הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
די סעודה האט דער רבי געפראוועט אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אויסלענדישע בחורים פון ארה"ק און אייראפע און די אויסשטאטישע בחורים פון ישיבה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה,
הגבהת הכוס: ר' יוסף ברמ"א פריינד הי"ו,
מען האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת ויו"ט,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אלי' לאנדא הי"ו.
ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק יערוף כמטר לקחי און ארויסגעברענגט אז דורכן טוהן תשובה מיראה יום כיפור גיבט הקב"ה א מתנה תשובה מאהבה אום יו"ט סוכות.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם משה היימאן הי"ו - לאנדאן.
כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אלימלך פאגעל הי"ו - מאנטריאל.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק יערוף כמטר לקחי און ארויסגעברענגט אז יום כיפור איז טאקע פארשריבן געווארן רב חסד פאר אידישע קינדער אבער נישט אייביג איז עס אפענע חסדים, און יו"ט סוכות איז מסוגל אז די חסדים זאלן זיין אפענע חסדים און מען זאל זען די חסדים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב עס זאל אראפקומען חסדים שהכל שמחין בה און עס זאל זיין א ריכטיגע זמן שמחתינו פאר כלל ישראל.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:10.
נאך הבדלה האט דער רבי א לענגערע צייט געקליבן לולבים און הדסים בביתו נאוה קודש לכבוד יו"ט סוכות.
ארום 11:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בעריש שטערן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם חוה"מ סוכות,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' בעריש הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און הרה"ח ר' בעריש הי"ו איז געגאנגען גלילה,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט.
~🌴~