יום הקדוש שנת תשפ"ו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום הקדוש שנת תשפ"ו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ערב יום הקדוש אינדערפרי ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י צו סליחות,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:10,
נאך סליחות איז דער ציבור אריבער לברך ולהתברך, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט מקיים געווען די מנהג כפרות.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צום בית השחיטה.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת, ביים אנקומען האט דער רבי בודק געווען דער חלף, אלס שוחט האט געדינט הר"ר יואל בר"מ ווערצבערגער שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם,
דערנאך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון די אנדערע שוחטים, און ארום געגאנגען זיך אומקוקן אינעם בית השחיטה ביז ארום 7:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט אויפן 208 בשכונת זרע קודש,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די איינגעשטעלטע, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי און דערביי האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געגעבן לקח פאר רבינו שליט"א כנהוג און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן בעל ברית ובני משפחתם.
ארום 9:45 איז דער רבי ארויסגעפארן אויפן וועג אריין קיין וומ"ס ווי דער רבי האט געוויילט אויף יום כיפור בקרב קהלתינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:10 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 1:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אין היכל תהילות יוסף,
פארן זיך וואשן צום סעודה האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד,
דער רבי האט זיך געוואשן, איינגעטונקען די פרוסת המוציא אין זאלץ און האניג, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עריכת השלחן,
ביים לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר',
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים מיט א שטארקע התעוררות,
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך כנהוג,
ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות, כשר געמאכט דורך הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
דער פיוט "ירצה" האט רבינו שליט"א פארגעזונגען מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, מיט די ניגון פון אהבה רבה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט במה אקדם וכו' 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און ארויסגעברענגט אז ביי יציאת מצרים האבן די אידן נישט געהאט קיין זכותים האט הקב"ה מצרף געווען מתן תורה און אזוי האבן די אידן געקענט געראטעוועט ווערן,
די שם הוי"ה ווייזט אויף היה הוה ויהיה און דאס איז מרמז אז הקב"ה רעכנט די טוב העתיד פון א יעדע איד און אזוי גייט מען ארויס זכאי בדין, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 3:15.
דערנאך איז דער רבי אריין בביתו נאוה קודש שע"י הביהמ"ד ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער לברך ולהתברך.
דערנאך ארום 4:10 איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' וואלף לאנדא הי"ו.
נאך די מקוה ארום 4:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד.
בעל תפלה ביי מנחה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:20.
אין שטוב האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת המפסקת,
פארן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד הגדול לכבוד היום, דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט אנגעצינדן די נרות יו"ט און די יזכור לעכט און א געזינטע לעכט.
דער רבי האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפן אייגענעם טלית, און פארן גיין אין ביהמ"ד אנגעטוהן די טלית, קיטל, וועסטל, און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
~ליל כל נדרי~
פארן גיין אין ביהמ''ד האט דער רבי אנגעוואונטשען אלע וואס זענען אריינגעשריבן אין ספר הזכרונות.
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד,
דער רבי איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון מצות מילה קען מען זוכה זיין צו תשובה מיט בלויז א דיבור אבער די דיבור דארף זיין מיט א אמת,
נאך א בחינה, אז יעדע איד דארף זיך מתבונן זיין צו מיט זיינע מעשים בויעט ער די ביהמ"ק השלישי אדער ער מאכט חלילה חרוב וואס די צדיקים הקודמים האבן געבויעט מיט זייערע מעשים טובים, און יעצט ווען די צדיקים געפינען זיך דא אין ביהמ"ד דארף מען האבן א שטארקע בושה פאר זיי אויב מען האט חלילה חרוב געמאכט זייערע פעולות אויפצובויען די ביהמ"ק,
לעת כניסת היום האט דער רבי געזאגט ווידו אינאיינעם מיטן ציבור כמנהג רבותיה"ק זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן, און מיט די ספר תורה אין די הענט האט רבינו שליט"א מעורר געווען און געזאגט אז מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה און געזאגט אז מיט יעדע מצוה באשאפט מען א מלאך טוב וואס העלפט טוהן נאך מצות און מיט יעדע עבירה באשאפט מען חו א מלאך רע וואס העלפט טוהן נאך עבירות אבער מיט די כח פון לימוד התורה קען מען מבטל זיין די שלעכטע מלאכים און דער רבי האט געבעטן פון די תורה הק' אז זי זאל זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל וואס איז די איינציגסטע פאלק וואס איז מקיים מצות ומעשים טובים און איז עוסק בתורה און יעדע איד איז זיך מקבל צו מוסיף זיין בלימוד התורה לפי מדרגתו, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און פארענדיגט מיט א גמטריא זאגענדיג אז המחזיר שכינתו לציון 'שכינתו' איז בגי' תשפ"ו און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין במהרה צו המחזיר שכינתו לציון.
נאך די דרשה האט דער רבי פארגעזאגט אור זרוע, און פלגי מים, צוויי מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געזאגט קם רבי שמעון, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן "כל נדרי".
די ספרי תורה האבן געהאלטן בנש"ק הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א, און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט תפילת מעריב לפני התיבה בהתעוררות רב,
מיט די פתיחות ביים דאווענען זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ, הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ, הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד לב אהרן, הר"ר יודא בער טעללער שליט"א.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן, הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ,
הר"ר משה אלי' גראס שליט"א,
הר"ר יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ,
נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א,
הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א,
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר ישעי' ליכטענשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:20, און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו.
~יום הקדוש אינדערפרי~
אינדערפרי ביים מאכן די עטיפה אויפן טלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס דער רבי האט אנגעטוהן צו מוסף,ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית.
צו אנעים זמירות איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נחמן דוב העלער הי"ו.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
בעל תפילה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
צו שחרית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו,
הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו,
הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו,
הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו,
הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו,
מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:45.מיט הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל אברהם וואלף אפפעל הי"ו.
שלישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' אלכסנדר גוטמאן הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולדה אצל,
ר' שמואל מאיר מערץ הי"ו,
ר' אלי' שמחה רעטעק הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
מפטיר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריינד הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40,
עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברד"א קטינא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, און דאן איז געווען פויזע.
ארום 1:20 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד און עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אברהם פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז געווען יזכור.
ארום 1:45 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש,
דער רבי האט געזאגט קדיש ארום 1:50,
רבינו שליט"א האט שטארק מאריך געווען בתפלת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש ובפרט די סדר העבודה האט דער רבי געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיטן אויפהייבן רבינו שליט"א ביי כורעים זענען מכובד געווארן משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו - ב"פ,
הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטערן הי"ו,
הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו,
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו,
הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א,
הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו,
הרה"ח ר' בנציון בר"א בראך הי"ו,
הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו - ב''פ,
הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו,
הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:40.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
כהן: הרה"ח ר' אברהם ברז"ל גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו.
שלישי - מפטיר האט רבינו שליט"א עולה געווען.
דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו.
מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג.
פתיחת הארון ביי מנחה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
נאך מנחה האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי,
מען האט געענדיגט מנחה ארום 6:25.
מען האט געזאגט אשרי ובא לציון און דער רבי איז צוגעגאנגען צו נעילה און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו.
נאך קדיש האט מען געבלאזן א תקיעה און דער רבי האט אויסגעשריגן לשנה הבאה בירושלים, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 7:55.
דער רבי האט צוגעווארט ביז נאכ'ן ערשטן מנין מעריב, און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפלה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א,
מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:20.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך און איז אריבער אין היכל תהילות יוסף ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה און געמאכט א על הגפן,
דערנאך איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ"ד ווי דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה, און נאך קידוש לבנה האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטע חודש און א גוט געבענטשטע יאר'.
נאך קידוש לבנה איז דער רבי צוריק אריין בהיכל תהילות יוסף און דער רבי האט אויסגעפאסט און דערביי האט מען געזינגען ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים, און דער רבי איז אריין לביתו נאוה קודש שע"י הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 8:45.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין בית מדרשינו הגדול ארום 11:00 אזייגער.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן,
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי אנגעוואונטשן "א גוט געבענטשטע יאר בגשמיות און א גוט געבענטשטע יאר ברוחניות" און ממשיך געווען איבער די מחלוקת פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע מיטן הייליגן חוזה מלובלין זי"ע צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות אדער קודם רוחניות, און דער רבי האט געזאגט אז הקב"ה איז א כל יכול און קען משפיע זיין גשמיות מיט רוחניות צוזאמען,
נאך די זופ האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אויף האדרת והאמונה,
מיטן פיוט המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א,
דערנאך האט דער משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו וועלכע האט מקבל געווען די קידושין פאר כלל ישראל ביי מתן תורה האבן אידן א דין פון אשה לבעלה צו הקב"ה, און די הלכה איז אז ווען א פרוי צוברעכט א זאך אין שטוב איז מען פטור, במילא ווען א איד טוט ח"ו אן עבירה און איז פוגם בעולמות העליונים איז מען פטור, אזוי אויך איז הקב"ה מחיוב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה, און דער רבי האט צוגעלייגט זאגענדיג אז פון יעקב אבינו זעט מען אז הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר גאנץ כלל ישראל.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
מען האט פארענדיגט די טיש ארום 12:50, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
אויפן וועג אהיים האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים נייעם בנין הבית רחל אויף בעדפארד ביי קיעפ ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולע בנין וועלכע ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע וואכן במלא הדרו.
''אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו''
~🌴~