דינסטאג האזינו - שלש עשרה מידות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג האזינו - שלש עשרה מידות=
דער רבי איז אריין געקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול אום 5:45.
בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:45. נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר משה ישכר פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים ביים דאווענען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע.
מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:20.
פאר קריאת הקרבנות האט דער רבי געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות.
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
ארום 2:10 איז דער רבי אנגעקומען צום קוויקוועי לעיק אויף די פארעסט זייט צו אמירת תשליך ברוב עם,
דער רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע,
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~