מאנטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג האזינו=
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: ר' מרדכי עפשטיין הי"ו.
כהן: ר' משה ברא"ש כ"ץ הי"ו.
לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
שלישי: רבינו שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע אויסלענדישע בחורים וועלכע זענען אנגעקומען אויף די ימים טובים בצל הקודש,
הגבה: נכד רבינו הב' חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'ישעיהו' נאך הרה"ק בעל מעשי למלך מווייטצען זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה רבני חברי התאחדות אברכים דקהלתינו הק' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת חבורת לימוד ירושלמי געאייגנט פאר די וועלכע האבן שוין מסיים געווען ש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די חבורה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד צד דרום,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן חדב"ן הגה"צ שליט"א, און די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י ה' וואס די ס"ת איז 'מילה' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס אברהם אבינו האט זיך געמל'ט יום כיפור האט ער געוויזן אז מען פסק'נט ווי די בית שמאי אז עשה דוחה לא תעשה ועשה במילא ניצט תשובה,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רבותיה"ק לבית סיגוט זי"ע מיט הרה"ק בעל מעשי למלך זצ"ל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בשכונת ברך משה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ימים הנוראים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20 און מעריב ארום 11:15,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און נאך מעריב געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~