זונטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג האזינו=
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פאר שחרית האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און דערביי געזאגט לשם צל סוכה, און דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש צו בויען די סוכה.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
ב"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יעקב בנימין שטעסל הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר משה גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א נייע פראכטפולע זילבערנע האניג האלטער לכבוד יו"ט,
דער רבי האט זיך באדאנקט און געגעבן פאר ר' יצחק הי"ו געבענטשטע האניג און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו בונה ומקים שכונת ויואל משה ונדבן ביהמ"ד בית מנחם זאב האט מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער צו פארברייטערן די ביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הערליכע שכונה, און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן ר' עקיבא הערש הי"ו, פאר נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, און פאר די הנהלת ומתפללי הביהמ"ד.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו האט מנדב געווען א סכום הגון פאר די ועד קרן הבנין אין ביהמ"ד בית מנחם זאב,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב מרדכי ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל שפיטצער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן ווידער הי"ו און הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות סוכה און מנהגים פון עשרת ימי תשובה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אויפן וועג ארויס אנגעוואונטשן פארן יולדות,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 12:10.
~🌴~