יו"ט ראש השנה תשפ"ו בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט ראש השנה תשפ"ו בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל=
ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים בק"י' מיט אירע אריבער טויזענט לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דערנאך ארום 8:20 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו מערבית,
נאך מעריב האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור באש קודש, מען האט געענדיגט ארום 8:55.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען קורצע דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק "ישא ברכה מאת ה', און ארויסגעברענגט אז ווען די ברכה פון הקב"ה קומט פון די שם הוי"ה איז עס חל אפילו ביי א דבר המדוד ומנוי און אויך איז דא די ברכה פון ויתן ויחזור ויתן און עס קומט אראפ השפעות טובות פאר יעדעם איינעם בכלליות ובפרטיות, פארדעם זאגט דוד המלך ישא ברכה מאת ה' די ברכה זאל קומען פון די שם הוי"ה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור ברכות לרוב בכלליות ופרטיות בכל ענינים, און אויסגעפירט בברכת "לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום",
דער רבי האט מסיים געווען מיט א רמז ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם 'ושכנתי' איז בגי' תשפ"ו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו ושכנתי בתוכם בביאת גואל צדק בב"א,
ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן און א גוט יו"ט.
נאכן אראפגיין האט דער רבי געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שיריים פון עפל פארן גאנצן ציבור,
מען האט אריינגעברענגט א ראש כבש, אינאיינעם מיט א חלק פון די ראש כבש פון די כבש מיט וואס דער רבי האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח ווי אלץ כהן הפודה האט געדינט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע האט אפגעשיקט א חלק פון די ראש כבש לכבוד ראש השנה,
דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, ביי די לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר'.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן א קאפ פון א פיש, און ווייטער אלע מאכלי יו"ט, אין די זופ איז געליגן געקעסטעלטע לאקשן,
נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן און דער רבי האט געזאגט יהי"ר שירבו זכיותינו.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ימים נוראים,
מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מענדל בר"א גראס שליט"א - ב"פ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און ארויסגעברענגט אז וויבאלד כלל ישראל לויבט הקב"ה און איז געבליבן מיט די אמונה שלימה טראץ די אלע צרות און יסורים וואס מען האט אדורכגעמאכט במשך די לאנגע גלות דאס איז א שטארקע מליצה ישרה און אין דעם זכות גייט מען ארויס זכאי בדין.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
=יום א' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 8:15.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ.
שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מיט די פתיחות הארון ביי שחרית זענען מכובד געווארן, הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' זעליג אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' שלום יודא קליין הי"ו, הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו,
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות:
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו.
ר' אהרן ב"ר יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו.
ר' יואל ב"ר יושע שמאיע הי"ו.
ר' חיים שמעון גלויבער הי"ו.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:10.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
אום 1:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה" און ארויסגעברענגט אז בזמן שביהמ"ק קיים האט מען זוכה געווען צו הכנעה והתבטלות במקום המקדש, ובזמנינו אלה קען מען אויך צוקומען צו דעם מיט די כח פונעם שופר,
נאך א בחינה האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע וואס האט געטייטשט 'הבא לטהר מסייען אותו' וואס איז די לשון רבים 'מסייען'? נאר דאס מיינט מען די צדיקי הדור וועלכע העלפן צו טוהן תשובה כדבעי, ובזמנינו אלה ווען עס זענען שוין נישט דא קיין צדיקי אמת קען מען זוכה זיין צו דעם ביי תקיעת שופר וואס דעמאלטס ווערט נתעורר די כח פון יעקב אבינו און יעקב אבינו העלפט אונז תשובה טוהן,
און דער רבי האט צוגעלייגט א רמז 'בגלל אבות תושיע בנים' 'תושיע' איז בגי' תשפ"ו, און מען האפט און מען איז מתפלל אז די אבות הק' זאלן אונז תושיע זיין און מ'זאל בקרוב זוכה זיין צום אמת'ן ישועתן של ישראל מיט די גאולה השלימה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' שלום יצחק דאסקאל הי"ו - ב"ב, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:10.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות רב.
מיטן אינטערהאלטן רבינו שליט"א ביי כורעים זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו, הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה,
פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן נוסח 'באין מליץ יושר מול מגיד פשע' און ארויסגעברענגט אז נאר מיט די כח פון אמונה אין הקב"ה האט כלל ישראל א חיות דקדושה און מען ווערט נישט נדחה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורי צדיקים פון ראש השנה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
=ליל ב' דראש השנה=
ביים זמן ר"ת ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית.
בעל תפילה איז געווען הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר", און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
הגבהות הכוס: הר"ר אלי' גראס שליט"א מבערבעשט.
דער רבי האט אנגעהאט א נייעם בעקיטשע פאר שהחיינו און אויפן טיש איז געווען טעצער שהחיינו פירות, נאך קידוש האט דער רבי געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די שהחיינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן ציבור,
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א שנה טובה ומבורכת',
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה אלי' גראס שליט"א - וומ"ס,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און ארויסגעברענגט אז כלל ישראל וויבאלד מען לערנט די א' ב' במילו ווערט פון די למ"ד תקיעות א 'עד' און מיט די תקיעות דמעומד ווערט נאך א 'עד' און על פי שנים או שלשה עדים יומת המת און די שטן ווערט מבולבל און קען מער נישט מקטרג זיין,
ברכת המזון: הר"ר אלי' גראס שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
=יום ב' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:20.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
מיט פתיחות הארון ביי שחרית זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו, הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו, הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו, הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו,
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר משה אלי' גראס שליט"א און הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גראס שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו און הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו,
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות.
כהן: הגה"צ רבי יצחק צבי ווייס שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו - ב"פ.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה די ערשטע ספר: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
הגבה די צווייטע ספר: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
גלילה: הר"ר שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט 12:30,
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק
אשרי העם יודעי תרועה און נאכגעזאגט אז מיט יעדע מצוה וואס א מענטש איז מקיים בויעט מען מיט דעם די ביהמ"ק של מעלה און מיט יעדע עבירה צעווארפט מען חלילה די ביהמ"ק, און מען קען צעווארפן אפילו וואס די צדיקים הקודמים האבן געבויעט, און יעדע איד דארף זיך מאכן א חשבון הנפש צו ער איז פון די בונים אדער חלילה פון די סותרים, און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות לתשובה ותיקון המעשים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און געזאגט א רמז אז 'מי יתן מציון ישועת ישראל' 'ישועת' איז בגי' תשפ"ו, און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו זען ישועת ישראל בשמחתן בביאת גואל צדק בב"א.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו - אנטווערפען, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און פאר די ברכה אנגעטוהן א נייעם שאל,
דער רבי האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:20.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט פארגעדאווענט מיט א התעורורות רב וברגש קודש.
מיטן אינטערהאלטן רבינו שליט"א ביי כורעים זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' הירצקא גרינפעלד הי"ו, הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדמאן הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אליעזר ראטה הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:25, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 5:50.
ארום 7:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור לרגל נעילת החג אין ביהמ"ד הגדול.
מען האט אויפגעגעבן קוגל און זיסע מייערן, און מען האט געזונגען ניגוני ימים נוראים.
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר'
און ארויסגעברענגט אז מכח דעם וואס אידן זענען מקיים מצות דרבנן דארף הקב"ה אויך מקיים זיין אלע מצות דרבנן און איז מחיוב צו מקיים זיין אלע חיובי בעל לאשה כתקנת חכמים סיי לרפאותה און סיי צו געבן פרנסה און אזוי אויך אויסצולייזן פון גלות,
דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט א טייטש פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע אויף 'ועשית משבצות זהב' אז אידן זאלן האבן קעסטלעך מיט גאלד, האט דער רבי געזאגט א 'ועשית' איז בגי' תשפ"ו און שטארק אנגעוואונטשן ס'זאל אראפקומען קעסטלעך פון גאלד און פרנסה בהרחבה גדולה פאר גאנץ כלל ישראל, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני ימים נוראים און הר"ר הערשל קאהן שליט"א האט פארגעזינגען א ניגון מקובל פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי האט געמאכט הבדלה, און נאך הבדלה געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר", און זיך דערביי באדאנקט פאר די קאפעליע וועלכע האבן געזינגען די נייע ניגונים ביים דאווענען, מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
"ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון".
~🌴~