מאנטאג וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וילך=
~ערב ראש השנה~
ארום 5:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התעורורות.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:40 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב טעללער הי"ו.
ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: ר' אברהם יושע קטינא הי"ו - לאנדאן.
כהן: ר' יואל ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב טעללער הי"ו.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' זעליג צוויבל הי"ו ובניו החשובים היושבים ע"פ בנו /אחיהם ע"ה.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' ברד"י קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און די גאנצע משפחה.
"א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר"
~🌴~