מאנטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נצבים=
~ב' דסליחות~
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם משה גאטעסמאן הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
שלישי: הב' הבר מצוה ני"ו.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הב' שלמה מנשה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש תלמידי כתה ח' פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני תפילה במשך די ימי הקיץ העעל"ט.
זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל יצחק לעפקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ז גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברז"ל אינדיג הי"ו - לאנדאן, און הרה"ח ר' יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~