זונטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נצבים=
~א' סליחות~
אום 5:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
מען האט געענדיגט אום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:30.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם ישכר בעריש וועלץ הי"ו.
ב"ר מענדל בר"מ הירש הי"ו.
ב"ר משה ווייסמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים שמעון ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן לתאומים הנולדים אצל נכדו ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' גדלי' וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד דברי יואל צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו אינאיינעם מיט די מתפללי הביהמ"ד,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד און די נדבן הספר תורה צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
נאך מנחה ארום 7:55 איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו האט מנדב געווען א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה החדש אין ק"י,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~