שבת קודש פרשת כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תבא=
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה תושבי ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי צבי ברודא שליט"א - ב"ב.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן יואל כאירה הי"ו - ארגענטינע.
ברכת המזון: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מרדכי דוב מהאראנסטייפל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: האדמו"ר מזידיטשוב פתח תקוה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:35.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל בר"ב פריעד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: החתן ב"ר משה ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
רביעי: החתן ב"ר שלום העניך פריעדמאן הי"ו.
חמישי: החתן שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
ר' הלל בר"י לעווי הי"ו.
ר' יושע ברא"י הערשקאוויטש הי"ו.
ר' הערשל בר"ב פריעד הי"ו.
ר' שלמה ברא"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' אהרן ברע"י וויינשטאק הי"ו.
ר' יעקב יואל אינדיג הי"ו.
שביעי: החתן ישכר דוב ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו.
הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
אחרון: החתן משה ב"ר יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.
כהן: ר' ישראל ברא"ש כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו - וומ"ס.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד זונדיגט ח"ו קוקט הקב"ה אויף זיינע עלטערן, פון וועלכע שטוב מען שטאמט, און לויט דעם משפט מען אים, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר והתעוררות זאגענדיג אז מען שטייט שוין דריי וואכן אריין אין חודש אלול און מען האט זיך נאך גארנישט געטוישט, עולם כמנהגו נוהג, מען זאגט ביי די סליחות 'זוחלים ורועדים מיום בואך' אבער ליידער איז עס נישט אמת, מען האט נישט מורא, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען בבכיות אז עס איז ליידער אדורך א ביטער און שווערע יאר פאר יעדעם איינעם און מען איז מתפלל עס זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יעקב בר"ל קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 11:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו אינאיינעם מיט מתפללי ביהמ"ד דברי יואל און ווערט אריינגעגעבן מארגן א' סליחות אין ביהמ"ד דברי יואל,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' גדלי' מתתי' הי"ו, פאר הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.
א גוטע וואך.
~🌴~