דאנערשטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בנציון עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און דערנאך אנגעהויבן די צווייטע מאל ספר תהילים און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת שבת,
דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך א קורצע צייט ארום 12:45 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר והדרכה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און ארויסגעברענגט די שמחה פון די בחורים יעצט ווען מען שטייט סוף יאר און מען גייט אהיים מיט גאנץ מסכת שבת, 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' בזאת שטייט אין די גמרא מיינט מען שבת, מיט מסכת שבת גייט מען צו צום יום הדין, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה,
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים לכבוד סיום הזמן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ביים ארויסקומען פון בית השחיטה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מצה בעקערי דקהלתינו הק' וועלכע ווערט פארברייטערט צו קענען נאכקומען די פארלאנג פאר די מהודר'דיגע מצות.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בעלי בתים פון יוסטאן טעקסאס וועלכע פירן אן מיט די הכנסת אורחים לטובת די חולי ישראל וועלכע געפינען זיך ל"ע אין די ארטיגע שפיטעלער, אינאיינעם מיט העסקן ר' מאיר וואלף מענדלאוויטש הי"ו פון די כנפי חיים ארגאנאזאציע לטובת חולי ישראל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות לטובת די חולי ישראל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה העניך פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
נאך די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~