מיטוואך כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף היוז סט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מנחם מענדל לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - אלץ דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהלתינו הק',
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די סוגיא פארלערנען פון רבינו שליט"א מיט פערציג יאר צוריק, און איבער מנהגי אמירת סליחות ביי די תלמידי בעש"ט הק',
מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א שלא יצא מכשול מתחת ידיו און דערנאך אנגעוואונטשן פאר בני משפחתו און פאר די הנהלת וגבאי הביהמ"ד.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה סניף קדושת יואל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן היינט נאכמיטאג אויף די מקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים.
ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 1:20 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
תיכף ביים אנקומען איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די סערדאהעלי ישיבה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
עס האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א - ראש ישיבת באבוב,
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו,
ארום 8:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו פאר א הפסקה,
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 1:20 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~