דינסטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ראובן מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל בר"א שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר כתבי יואל.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און די היכל התורה און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, איבער די פלענער פון די פארשריט להרחבת גבולי הקדושה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הביהמ"ד.
ארום 1:35 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
דער רבי האט געזאגט אז בעז"ה האפט מען צו פארן דעם קומענדיגן פרשת תולדות קיין ארה"ק צו מחזק זיין אנשי שלומינו און קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה"ק, אזוי אויך האפט מען צו זיין אויף שב"ק אין מירון וואס איז גאר א דערהויבענע זאך, און די שבת מירון פרשת פקודי תשע"ו ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט,
דערביי האט דער רבי געבעטן די בחורים נישט מיטצופארן קיין ארץ ישראל נאך וואס עס גייט זיין אנהייב זמן און עס קען צוברעכן די סדרי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי געבעטן די בחורים אז אזוי ווי עס איז דא אסאך עניי ארץ ישראל און מען פארט דאך זיי צו מחזק זיין דערפאר בעט מען די בחורים אז מען זאל גיין נאך געלט במשך די ימי בין הזמנים און שאפן גרעסערע געלטער צו קענען פארטיילן אין ארה"ק, און דער רבי האט פארענדיגט זאגענדיג אז די אלע בחורים וואס וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער וועט מען אראפלייגן א קוויטל מיט זייער נאמען ביים ציון פון תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט - וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגי אבילות בשנת האבל,
האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת חבורת יסודי התורה לרגל די קאמפיין מרבה צו זיין לומדי החבורה לקראת די סיום חצי ש"ס וועלכע קומט פאר קומענדיגע חודש חשון הבעל"ט,
דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די רשימת הלומדים און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון די חבורה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~