שבת קודש פרשת כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תצא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א,
החתן אשר לעמיל ב"ר שלמה מאשקאוויטש הי"ו,
החתן ישכר דוב ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד מאיר שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:25.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לא תלבש שעטנז און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב יואל מייזליש שליט"א - מאנסי, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ג אלול.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אליעזר יודא מאליק שליט"א - רב דביהמ"ד טורי זהב אליק וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ.
כהן: החתן בהר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א.
לוי: החתן שמעי' ברוך ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א - באווארפען.
רביעי: החתן ישכר דוב ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו - באווארפען.
חמישי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל מרים, נאך די באבע אשת חבר הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברוך כלב פאללאק הי"ו.
ר' דוד ארי' שווארטץ הי"ו - תאומות.
ר' דוד מאיר שווארטץ הי"ו.
ר' בנימין ברמ"י שאלאמאן הי"ו.
ר' יעקב העניך שעהר הי"ו.
ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו.
ר' שמעון בר"ה גאלדבערגער הי"ו.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
החתן חיים אליעזר ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
החתן יעקב ב"ר דוד לייב גליק הי"ו.
הרה"ג ר' יוסף טובי' הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ליטאוויסק באיסט סייד.
הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
החתן אשר לעמיל בהר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
החתן אברהם אלי' ב"ר אלעזר ניסן פרידריך הי"ו.
החתן משה אהרן דוד בהרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א. החתן אלימלך ב"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו.
החתן שאול משה ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו - מאנסי.
הגבה: הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' אלכסנדר מיללער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כי ה' אלקיך מתהלך בקרך מחניך און ארויסגעברענגט אז כדי צו קענען מצרף זיין די מצות פון די דורות העתידים און עס זאל יא זיין נח לו לאדם שנברא דארף מען אראפברענגען פרישע דורות במילא איז די שמחה א גוטע הכנה פאר חודש אלול מען זאל קענען ארויסגיין זכאי בדין, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 1:05.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה הערש קארנבלי הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו.
כהן: הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
לוי: הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש.
שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה דוד רייך הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כי ה' מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'ויביך ל'פניך וואס דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז אלול, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אויב גיבט מען צדקה איז דא אן השראת השכינה און ווען הקב"ה געפינט זיך דא קוקט ער אריין אין אידישע הערצער און זעט די צרות און פראבלעמען פון יעדעם איינעם און אפילו אויב מען איז אין א מצב פון 'סגר עליהם המדבר' אז די כח הדיבור איז פארשלאסן און די תפילות גייען נישט ארויף אין הימל דאך איז הקב"ה ממלא די בקשות וויבאלד הקב"ה קוקט אליינס אריין אין יעדעמס הארץ.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף טובי' הורוויץ שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שאול משה ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך איז פארגעקומען די פדיון הבן,
אלץ כהן הפודה האט געדינט הרה"ג ר' פנחס כ"ץ שליט"א - ר"י דושינסקיא ב"פ,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות למלוה מלכה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב ישראל דושינסקיא שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די חשובע זיידעס האדמורי"ם ורבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א פדיון הבן אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די ימי הרחמים והרצון וויבאלד עס איז מעורר די גאולה השלימה וואס וועט אויך זיין דורך הקב"ה אליינס און נישט דורך א שליח ווי ביי די פריעדיגע גאולות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בעל שמחה, פאר מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, פאר די חשוב'ע זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' ק"י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים,
די בחורים האבן צוזאמען געמאכט די סיום מסכת קידושין און מען האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות,
מען האט פארגעזינגען חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז ווען מען טאנצט לכבוד התורה ווערט מען נקנה צו הקב"ה מיט קנין הגבהה און מען ווערט א עבד להקב"ה, און דער רבי האט ממשיך געווען ארויסברענגענדיג מיט התרגשות איבער די גרויסקייט און די שמחה פונעם מעמד ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עלטערן און זיידעס און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר ברך משה - חידושי סוגיות,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~