פרייטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה בר"נ פיש הי"ו.
ב"ר משה ארי' בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די בחורים האבן פארגעזינגען חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע מלמדים און קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די בחור'ישע יארן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער ראש המנהלים הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א פארהערט די קינדער אויף די לימודים בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו דאווענען און בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג אין א סידור, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 1:30 איז דער רבי געפארן קיין מאנסי,
צום ערשט האט דער רבי מנחם אבל געווען ש"ב האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מוויזניץ קיימישע ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית ראחמיסטריווקא און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' מרדכי זילבערשטיין שליט"א היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אליעזר ברא"ש פריעדמאן הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
א גוט שבת.
~🌴~