דאנערשטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
איידער תפילת שחרית האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א ראשי הנהלת מוסדותינו הק' פון בארא פארק, און איבערגעגעבן די פריידיגע בשורה אז מוסדותינו הק' האבן ב"ה געזיגט אין געריכט אינעם פשרה'לאזער קאמף להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, און דער ריכטער האט ב"ה געאורטיילט אז צוליב די נייע גינסטיגע געזעץ לטובת החינוך וועלכער איז אדורכגעפירט געווארן דורך עסקני קהלתינו הק' עפ"י הוראת הקודש פון מרן רבינו שליט"א, קען די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט נישט פסל'ען מוסדותינו הק' פון ווייטער פאררעכנט ווערן אלץ א לעגאלע מוסד.
רבינו שליט"א האט אויסגעפרעגט אלע דעטאלן מיט גרויס אינטערעסע, און אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח פון די פריידיגע אנטוויקלונג, אז מען וועט געזעצליך בעז"ה ווייטער קענען פארזעצן מיט די זעלבע לויטערע ריינע חינוך ווי ביז אהער, בלי שום שינוי אינעם תוכן וסדר הלימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:15.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו און הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יצחק העללער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת גאטליעב היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' חיים משה גאטליעב ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם מרדכי זאב שווארטץ הי"ו און הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~