זונטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים יעקב מרדכי זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסמאן סופר הי"ו.
ב"ר יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנשי שלומינו לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה,
במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן אנשי שלומינו זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכלי הפאליש,
בעל תפילה: הב' משה ני"ו בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל.
נאך מנחה האט מען ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' בערל ראזענפעלד הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז 1:00 אזייגער און דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
~🌴~