פרייטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר אשר אנשיל גריסגאט שליט"א.
ב"ר חנני' לעווי הי"ו.
ב"ר שבתי בראך הי"ו.
ב"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען אויסצוניצן די פאר וואכן וואס איז נאך געבליבן ביז סוף יאר מיטן אויפשטיין פארטאגס, און איבערחזר'ן די לימודים, און פארענדיגט בברכת קדשו.
"לקראת שבת לכו ונלכה"
ארום 1:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעיט ווי דער רבי וועט אפרעכטן א דערהויבענע שבת אינאיינעם מיט חברי קהלתינו הק' פון מאנסי לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
א גוט שבת.
~🌴~