זונטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שופטים=
~אדר"ח אלול~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שלום ברמ"ז טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
ב"ר בעריש גפן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יחזקאל קליין הי"ו.
ב"ר אברהם נתן נטע ראזענפעלד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף די יערליכע באזוך אין מחנה בית רחל,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:50 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה און הנהלת המוסדות,
דערנאך איז דער רבי אריין אין בנין פון שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע תלמידות פונעם קעמפ,
דער רבי איז ארויף אויפן בימה און משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה פאר די תלמידות בעניני צניעות און יסודת הבית און שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פון א אידישע מאמע וואס דאס שטעלט אוועק א אידישע שטוב, און די זכיה פון אוועקשטעלן ערליכע און חסידישע דורות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יודל ב"ר מאיר הירש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' יודל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן שפעטער נאכמיטאג אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען די בני המשפחה צו שרייבן א אות,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יודל הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פאר חמיו הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו און פאר די גאנצע משפחה,
מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' ליפא דרעזדנער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק הערש פרידריך הי"ו און הרה"ח ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן די וואך אויף מקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די סדר הנסיעה און איבער די פלאן צו זיין אויף דעם שב"ק פרשת שופטים בעיר האבות סיגוט ביומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~