שבת קודש פרשת ראה - מבה"ח אלול
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ראה - מבה"ח אלול=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א,
החתן אברהם דוד בהר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א,
החתן לייבוש ב"ר אלחנן טויב הי"ו.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יעקב יוסף שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה מאנסי שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן וועד העירובין שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ק"י.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א - אב"ד ניאמץ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג אב"ד ניאמץ שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה ג'ברא הי"ו - ארגענטינע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען זאגט בל ייחל ביי א גוי.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ווארפמאן הי"ו - ב"פ.
ברכת המזון: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק ו' אלול, און פון הרה"ק רבי נפתלי מ'באטור זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב אלימלך ברח"א כהנא שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר.
תפילת שחרית: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' ליפא דרעזדנער הי"ו.
לוי: החתן משה ב"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
רביעי: החתן ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן אברהם דוד בהר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב ברמ"י פריעדמאן הי"ו.
ר' שלמה זלמן ברש"י לעווינגער הי"ו - וומ"ס.
ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו.
ר' משה ארי' ברש"ה עקשטיין הי"ו.
ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו.
ר' ישראל משה בר"י לאקס הי"ו.
שביעי: החתן אהרן מנחם גרשון ב"ר משה שרגא פאגעל הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן לייבוש ב"ר אלחנן טויב הי"ו - באווארפען.
מפטיר: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי לעווינגער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה שרגא פאגעל הי"ו.
מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת ראה און די ערשטע און לעצטע פסוק פון די הפטורה פון מחר חודש.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וועלכע געפאלט קומענדיגע וואך שב"ק ו' אלול.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד הערש זיידמאן הי"ו - ב"פ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"פ פראנקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה כ' 'יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר קל כנשר רץ כצבי וגבור כארי', און עס אויסגעטייטשט אויף 14 מהלכים בדרך דרוש ואגדה ומוסר,
צום סוף האט דער רבי מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די ימים נוראים מיטן לערנען ספרי תלמידי בעש"ט הק' און מעודד געווען צו לערנען ספר הק' ייטב פנים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע אויף די ימים נוראים הבעל"ט,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער שמירת עינים אין די אפיסעס און מחזק געווען מכון עבודה כהלכה וועלכע איז געשטעלט צו געבן א הכשר אויף אפיסעס און מעורר געווען די בעלי בתים עס איינצופירן ביי זייערע אפיסעס, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דער רבי האט געענדיגט ארום 7:55 און אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.
שלישי: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט ח"ו אסאך עבירות ווערט ער פארכאפט ביים יצר הרע און ער לאזט אים נישט תשובה טוהן, וואס איז די עצה? צו האבן אמונה אין הקב"ה, וואס אויב האט מען אמונה ווערט מען הקדש און הקדש מפקיע מידי שיעובד און מען ווערט אויסגעלייזט פונעם יצר הרע און מען קען תשובה טוהן,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לקראת חודש אלול און שטארק מעורר געווען זיך מחזק צו זיין מיט אמונה אין הקב"ה און ליינען קרי"ש כהלכתה און אזוי וועט מען קענען תשובה טוהן כתיקונה און ארויסגיין זכאי בדין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וועלכע געפאלט קומענדיגע וואך שב"ק ו' אלול.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
ארום 11:45 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה אינאיינעם מיט תושבי שכונת שאגת ארי' אין ק"י המורחבת, לרגל דאס אפקויפן דורך די וועד הרחבת גבולי העיר דעם פארגאנגענעם כ"ו אב א הויז מיט א שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן א ביהמ"ד און מקוה מיט אלע צוגעהערן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים און תושבי השכונה איבער די הרחבת גבולי הקדושה,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די רבנים פון די ארומיגע שכונות הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים, פאר האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א, פאר הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו בשכונת זרע קודש און פאר די תושבי השכונה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה און אנגעוואונטשן אז מען זאל שנעל און גרינג שאפן די געלטער אויפצובויען די ביהמ"ד און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
א גוטע וואך.
~🌴~