דאנערשטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברח"י רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה אלעזר זאב שפילמאן הי"ו.
ב"ר משה יוסף ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר משה פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק א'.
ארום 12:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול,
בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה,
דער רבי האט געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביי האדמו"ר משינאווא שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז,
האדמו"ר משינאווא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פונעם ראה"ק הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע מסיבה לטובת מוסד הק' 'רב טוב',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פונעם מוסד הק' און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אלע אנוועזנדע.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט האדמו"ר מקאסוב שליט"א איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און ירושלים ווי ער האט באזוכט אין די פארגאנגענע וואכן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וחתן הגה"צ רבי יצחק שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג כי תצא אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די יחוס פון חתן וכלה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הר"ר יעקב יוסף שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אהרן זלמן יונגרייז שליט"א - ראש ישיבת סערדאהעלי, וועלכע האט אריבערגעברענגט בשליחות חמיו כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א א חלק פון די ראש כבש פון די שעפעלע מיט וואס רבינו שליט"א האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח העעל"ט, ווי אלץ כהן האט געדינט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שחיטה וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת דברים אין מחנה סערדאהעלי און דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן איבערגעבן א פריסת שלום פאר כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.
אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מכון עבודה כהלכה אינאיינעם מיט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א יו"ר בית הוראה, וועלכע ארבעטן אינאיינעם מיט ועד חומת העיר דקהלתינו הק' צו געבן א הכשר אויף אפיסעס אין ק"י,
דער רבי האט אויסגעפרעגט א לענגערע צייט איבער די פעולות פון די מכון און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הר"ר יצחק מרדכי פריעדמאן שליט"א - יו"ר המכון, און פאר אלע מיטארבעטער.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף חביב ברא"י מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף כאירה הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~