מיטוואך ראה - כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ראה - כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה=
אינדערפרי האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה דורך א לייוו הוקאפ צום מעמד האדיר הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר והחדש פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק בראשות כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, הגה"צ חו"פ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און נאך פילע רבני ירושלים, מיט די באטיילוגונג פון צענדליגע נדיבי אנשי שלומינו פון ניו יארק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון שבת קודש קען מען מהפך זיין פון וי צו טוב, א צדיק איז בחינת שבת און קען אויך מהפך זיין פון וי צו טוב, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און עסקנים וועלכע העלפן בויען די בית גדול לתורה ולתפילה אין ירושלים עיה"ק אז די זכות פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע זאל מגין זיין און מהפך זיין ביי יעדעם פון וי צו טוב און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה על קברו ונקראת על שמו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצוינת קודש הקדשים פון רביה"ק זצוקללה"ה ווי עס האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן הונדערטער בעלי בתים, אברכים, ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה הערש ברש"י שעהר הי"ו.
ב"ר ישכר בעריש ברוינער הי"ו.
ב"ר לייב גאלדבערגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לע''נ רביה''ק זי''ע,
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה לע''נ רבינו הק' זי''ע, און פארגעדאווענט בהתעורורות רב.
נאך שחרית ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון,
דער רבי האט צום ערשט געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש,
מען האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאכגעזאגט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע אז קדושת שב"ק איז משפיע אזא קדושה אז אפילו די שטיינער אויפן גאס קוקן אויס אנדערש, האט דער רבי געזאגט אז א תלמיד חכם איז בבחינת שבת און איז משפיע א קדושה אפילו פאר די פארשטיינערטע הערצער, יעדער איז זוכה צו מקבל זיין פון א צדיק,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה זאגענדיג אז מען גייט יעצט ארויף פוקד זיין די ציון הק' און יעדער האט השפעות וואס ער דארף זה בכה וזה בכה, עס איז ליידער דא אסאך עגמות נפש אין אידישע הייזער בגשמיות וברוחניות בכל ענינים השם ירחם, און מען דארף מתפלל זיין אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן, און מען האפט אז רביה"ק זי"ע וועט אונז אינזין האבן און אויסבעטן פאר אונז כל מילי דמיטב, און דער רבי האט געזאגט פאר די בחורים אז מען דארף געבן א פדיון פאר א צדיק און דאס איז קבלת טובות בכל ענינים און גיין אין די דרך וואס ער האט אונז געלערנט און זיך פירן ווי חסידישע אידן, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פארן גאנצן ציבור.
נאכן מסיבת לחיים ארום 1:10 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון פון רביה"ק זי"ע אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפילה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע און די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז בהתעוררות רב און געזאגט די יהי רצון און קדיש, דערנאך האט דער רבי געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל',
דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטל ביים ציון הק',
בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל ההילולא זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא, נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט די קדיש,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד הוניאד,
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה בענינים העומדים על הפרק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס תלמידי חכמים זענען עוסק בתורה און לערנען סוגיות הש"ס און ליתן מהאמור מזה על זה, מיט דעם באקומען זיי די כח צו מהפך זיין גזירות מזו על זו און אוועקנעמען גזירות פון כלל ישראל און עס לייגן ביי די גוים,
רביה"ק בעל הילולא זי"ע איז געווען א יחיד בדורו בכל ג' עמודי העולם און מיט זיין כח התורה האט ער געקענט פועל'ן ישועות פאר אידן און אוועקנעמען גזירות מזו על זו, און דאס גייט אן ביז היינט ווען רביה"ק זיע איז בגנזי מרומים און איז דארט עוסק בתורה בישיבה של מעלה קען ער ווייטער משפיע זיין ישועות און רפואות,
דער רבי האט מאריך געווען ארומרעדענדיג איבער די גדלות און די פילע פעולות פון רביה"ק זי"ע הן בתורה והן בתפילה, צדקה וחסד, צניעות, און יראת שמים, אויפגעשטעלט א לגיון של מלך איבער די גאנצע וועלט כולו אומר כבוד שמים, מרים געווען כבוד שמים אין אלע תחומים סיי דאהי און סיי אין ארצינו הקדושה מיטן אויפשטעלן מוסדות הק' אשר לא כרעו לבעל, ובפרט מיטן אויפשטעלן מוסד הק' 'קרן הצלה' להחזקת מוסדות התורה בארה"ק עטה"ק, און ביומא דהילולא קדישא זענען שומעי לקחו זיינע תלמידים מקבל עליהם ועל זרעם צו גיין אין זיינע דרכים אין אלע הינזיכטן,
רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט קרתא קדישא הדין עיר ואם בישראל קרית יואל בדמים תרתי משמע און דאס איז געווען זיין חיות די לעצטע פאר יאר בעלמא הדין, געלויבט הקב"ה אז מען שטייט היינט מיט פיפציג יאר שפעטער און עס וואוינען אין ק"י 9,000 משפחות! און מען בויעט כסדר פרישע בנינים פאר חינוך הבנים והבנות און בתי מדרשים און ישיבות און עס איז זיכער אז רביה"ק זי"ע קוקט אראפ פון עולם העליון און האט א נחת רוח פון די שטאט קרית יואל,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שטארקע פעולות צו גרינגער מאכן צו קויפן און דינגן א דירה אין ק"י מיטן מאכן תקנות אויף די פרייזן אז מען זאל נישט בעטן מער פון דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער א סקווער פיס אין ק"י המורחבת, און דער רבי האט אפיעלירט צו אנ"ש תושבי וומ"ס ווי די פרייזן פון די דירות זענען עד לב השמים, נומערן וואס מען שעמט זיך ארויסצוזאגן, און דער רבי האט געבעטן פון די עלטערן זאלן צושטיפן די קינדער ארויסצומאפן קיין ק"י און רחמנות האבן אויף זיי טראץ די הנאה פון האבן די קינדער נעבן זיך, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען פון די שטאט מיט פריצות וכו', כ'וויל זאגן: דער פעטער ז"ל האט געבויעט קרית יואל פאר תושבי וומ"ס! עס איז דא ב"ה גענוג דירות איבער גאנץ ק"י און לויטן חשבון וועט צוקומען אין די נעקסטע פאר יאר אריבער פינף טויזענט דירות און מען וועט שטיין על המשמר צו האלטן די פרייזן ביליג בעז"ה,
אבער מען דארף האלטן פאר די אויגן אז רביה"ק זי"ע האט געבויעט ק"י נאר פאר זיינע תלמידים וואס גייען אין זיינע דרכים ובפרט בעניני השקפה בעניני ציונית און האבן נישט קיין שייכות צו אלע ציוניסטישע פארטייען, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס קענען זיין אידן וועלכע פראבירן במישרן ועקיפין צוצורעדן פרעמדע קרייזן זיך אהערצוציען בגלוי ובסתר, רביה"ק זי"ע וועט זיך נוקם זיין אין זיי ויהא זהיר בגחלתן, די גרעניץ פון די ווילעדזש איז נאר פאר גשמיות'דיגע ענינים, פאר רוחניות'דיגע ענינים איז אלע שכונות ארום ק"י א חלק פון ק"י און עס גייט דארט אן אלעס פונקט ווי ק"י,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חיוב פאר יעדעם זיך קובע עתים זיין לתורה, עס איז דא פארשידענע חבורות אין קהלתינו הק', חבורת תורתך שעשועי, חבורת יסודי התורה און נאך, עס איז ב"ה דא א השתנות לטובה און רוב מענטשן האבן א שיעור אבער דאס דארף האבן יעדער בלי יוצא מן הכלל,
אזוי אויך בנוגע די מלחמה לה' בעמלק די טומאת הציונית האט דער רבי נאכגעזאגט אז באזני שמעתי אז רביה"ק זי"ע האט געזאגט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, היינט זעט מען עס שוין בחוש די גזירה איז נורא ואיום, און מען גרייט זיך אויף א מלחמה מבטל צו זיין די גזירה, און אויף דערווייל דארף מען זען מחזק צו זיין מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט ארויס יעדעם איינעם פון אלע קרייזן, מען דארף עפענען נאך לאקאלן און עס שטיצן ברוח נדיבה,
אזוי אויך בנוגע צניעות דארף מען זען צו שטיין על המשמר נישט נאכצולאזן גארנישט פון קאפ ביז פיס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די תקנה פון בית רחל פון מוסדותינו הק' אין ק"י וועלכע האט געמאכט ספעציעלע תקנות ביי די מלבושים און מען גרייט זיך עס נאכצומאכן די קומענדיגע יאר ביי מוסדותינו הק' אין וומ"ס,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון די מתיבתא הק' מיט אירע אריבער טויזענט תלמידים צוטיילט אויף זעקס סניפים און צייכענען זיך אויס אין אלע ג' עמודי עולם און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם עס צו שטיצן ברוח נדיבה,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די ערווארטעטע נסיעה קיין ארה"ק דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט מחזק צו זיין קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה"ק, און דער רבי האט געזאגט אז דער וואס שטיצט א גאנץ יאר מוסדות יטב לב בתמוכה הגונה איז א חלק פון די שמחה און איז איינגעלאדענט מיטצוקומען, אבער ווער עס שטיצט עס נישט זעה איך נישט קיין שום סיבה אז ער זאל זיך מטריח זיין מיטצוקומען מיט אונז,
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע כשרות המזוזות וואס יעדער דארף זיכער מאכן אז ער האט כשר'ע מזוזות, און דער רבי האט געוויזן צוויי מזוזות איינס איז געדריקט אויף פארמעט און איינס איז די פארמעט אינגאנצן ליידיג! וויאזוי פאסירן אזעלכע זאכן? ווייל א סופר ווערט א סוחר! ווען ער האט נישט גענוג מזוזות קויפט ער פון א סופר אין ארץ ישראל און ווען יענע סופר האט נישט גענוג קויפט ער פון א צווייטן, אין ארץ ישראל איז דא אסאך סופרים קלים ורקים! די עצה איז צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס ער האט אליינס געשריבן די מזוזה און בשעת הדחק קען מען קויפן א מזוזה מיט א הכשר וואס איז באשטעטיגט דורך די איגוד הסופרים פון קהלתינו הק',
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי די רעגירונג וויל זיך אריינמישן אין די סדר הלימודים, געלויבט הקב"ה אז די עסקנים האבן שוין אביסל גרינגער געמאכט אבער מען גרייט זיך נאך אויף אסאך קארט קעיסעס און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל מצליח זיין שלא ירעו ולא ישחיתו, מען זאל קענען ממשיך זיין עד המסורה לנו מדור דור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכות פונעם בעל הילולא זי"ע עד ביאת הגואל בב"א.
דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 10:50, און דערנאך געבענטשט אויפן כוס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל"
א גוטע נאכט.
~🌴