דינסטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה הנהלת מבצר הכוללים ק"י ווי זיי האבן פארגעשטעלט די דראסטישע פלענער צו פארדאפלען די בנין פון מבצר הכוללים מיטן צובויען און אויסברייטערן די גאנצע בנין אויף די פילמאר זייט נאכצוקומען די איבערפלוס פון לומדי הכולל וואס האלט שוין ביי אריבער 1,100 חברי הכולל קע''ה,
דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעפרעגט און איבערגעגאנגען די פרטים און דערביי געהערט א באריכט פון די פילע חבורות און שיעורים וועלכע קומען כסדר צו אין כולל,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט האניג וועלכע וועט פארטיילט ווערן פאר די תומכי הכולל לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הכולל.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ד פערל הי"ו און הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~