זונטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם נתן נטע סופר הי"ו.
ב"ר אליקים געציל פסח לאנדינסקי הי"ו.
ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן אויף א ספעציעלע כהנים נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לקראת שמחת נשואי בתו למז"ט,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די ספעציעלע כהנים נסיעה און אנגעוויזן הוראת קדשו אויף פארשידענע פרטים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תו"ח לאנדאן,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א - מו"ץ בהעדה החרדית ויו"ר וועד הכשרות שע"י העדה החרדית,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פולע חומרות פון די קרית יואל'ע בית השחיטה און די חילוקים פון דא און ארץ ישראל,
ער האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו''ת מרבה חיים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מוסד הק' רב טוב איינצולאדענען צו די מסיבה השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די לעצטיגע פעולות פונעם מוסד לטובת אחב"י אין אוקריינע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל 'אבותינו' להצלת בתי חיים אין אייראפע ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות און דערביי אנגעפרעגט הוראת קדשו אויף פארשידענע ענינים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר אלעזר בהגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א און הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א - וומ"ס,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~