שבת קודש פרשת עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת עקב=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף דוד כוואן שליט"א - ראה"כ בארגענטינע.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף דוד כוואן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר אלכסנדר אשר באב"ד שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די הפטורה הביטו אל אברהם אביכם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון נראה ונדחה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ו אב.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם נייפעלד הי"ו - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אהרן מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' אהרן ברוך לעבל שליט"א מנאסויד.
לוי: החתן מאיר דוב ב"ר אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו.
שלישי: החתן אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
רביעי: החתן משה ב"ר יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
חמישי: החתן מרדכי ב"ר שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
ר' ישראל יעקב אייזנבאך הי"ו - לעיקוואד.
ר' שלמה ברח"י ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
ר' זלמן ברא"א זאלדאן הי"ו.
ר' יואל ברי"ה שעהר הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
אחרון: החתן נחום מרדכי ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו.
מפטיר: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' דוד פריעד הי"ו - וויען.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ו אב.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב קעללנער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט ח"ו אן עבירה כאפן די חיצונים אוועק זיינע מצוות אבער מיט די כח פון מצות קרי"ש באקומט מען צוריק די מצוות פון די חיצונים, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען זאגענדיג אז מען שטייט שוין נאך חמשה עשר באב און מען גרייט זיך שוין צו די הייליגע טעג דארף מען זען נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש של שחרית וערבית כהלכתה און מיט דעם זכות וועט מען ארויסגיין זכאי בדין.
ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע וויילט אין ק"י אין די יעצטיגע טעג.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ו אב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' נחמן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג ראה אין ביהמ"ד אהל פיגא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סת"ם און דערביי האט דער רבי געוויזן א מזוזה וואס ער האט היינט באקומען פון איינעם וואס האט געהאנגן אויף א איד'ס טיר און איז געווען א גענצליך ליידיגע שטיקל פארמעט!
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נחמן הי"ו ובני משפחתו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן א תעודה פאר הרה"ח ר' נחמן הי"ו בשם הנהלת ביהמ"ד אהל פיגא אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע נדבות און עסקנות פארן ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען די חאלאקע פאר נכדו בן לבנו ר' שלמה פיש הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~