זונטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג עקב=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אליהו פריעדמאן הי"ו - מאנטשעסטער.
בעל תפילה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו - מאנטריאל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות תפילין,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די קשר פון הרה"צ רבי רפאל גרויס מבערבעשט זצ"ל מיטן הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.
ארום 5:10 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:10 אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,
ארום 7:05 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין ק"י,
ביים אנקומען קיין ק"י האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א און הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 10:40 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא קאללער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו.
דערנאך ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה צום שמחת התנאים פון נכדת גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב הביהמ"ד, חתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א,
עב"ג החתן בן הגה"צ רבי לייבוש הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א וחתן הגה"צ רבי ירמי' טייטלבוים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס איבער די כתובה פון די זיידע האדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און איבער זיין חתונה ווי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אינאיינעם מיט הרה"ק המנחת אלעזר זצ"ל האבן אינטערגעפירט די חתן כלה,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר גיסו הגה"צ מאנטריאל'ע רב שליט"א, פאר די מחותנים און זיידעס שליט"א, און פארן גאנצן ציבור מתפללי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית מנחם זאב דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע פליגל און דערביי געהערט א באריכט פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארדאפלען די ביהמ"ד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הביהמ"ד.
~🌴~