שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
עש"ק אין די נאכמיטאג שעות האט זיך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א און האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט איבערגעגעבן א גריס פון די 'מעמד שחיטת הכבש' וועלכע איז פארגעקומען דאנערשטאג אין מחנה סערדאהעלי ווי מען האט געשחט'ן די שעפעלע וואס האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט באקומען פון רבינו שליט"א ביים מעמד 'פדיון פטר חמור' דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח העעל"ט און איבערגעגעבן אז עס איז ב"ה ארויסגעקומען כשר,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
נאך די מקוה האבן הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו,
הב' עמרם ב"ר אהרן הערש טויב הי"ו,
הב' יואל ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו,
הב' משולם זושה ב"ר אלי' פארקאש הי"ו,
הב' משה לייב ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי"ו, איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס ור"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א, בן האדמו"ר מסקאליע שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הר"ר יו"ט יאזשעף שליט"א - ק"י.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן עש"ק י"ד אב.
קה רבון עלם: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא ק"י - ר"מ בישיבה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו - ק"י
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א.
בעל קורא: הב' מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו - ק"י.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל הישיבה.
לוי: הר"ר יו"ט יאזשעף שליט"א.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו - ק"י.
חמישי: הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ק"י.
הוספות: הרה"ח ר' יואל ברי"נ באסול הי"ו - ק"י, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א.
הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א - ר"מ בישיבה.
הרה"ח ר' מנחם מאיר מייזנער הי"ו - ב"פ.
הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.
הבה"ח יואל יושע ב"ר יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - וומ"ס.
הב' חנני' יו"ט ליפא ב"ר שלמה מארק הי"ו - ירושלים.
הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א.
אחרון: הרה"ח ר' חיים יחזקאל בר"א ראזענבערג הי"ו - ק"י.
מפטיר: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף חיים מאלח הי"ו - ק"י.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50,
מען האט געזינגען ניגוני נחמה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם' און ארויסגעברענגט אז די גאולה העתידה וועט קומען אין זכות פון יצחק אבינו און מאריך געווען מיט לענגערע דברי נחמה.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען אחכה לו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התלהבות.
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:35.
בעל תפילה: הרב נחמן ברי"א כהנא שליט"א - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו - מאנטריאל.
בעל קורא הב' נטע ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - ק"י.
שלישי: הב' שניאור זלמן עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: ר' שמעון בר"צ היילברוין הי"ו - ק"י.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' ליפא אפענהיים הי"ו - ק"י.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די הפטורה נחמו נחמו עמי און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אידן ווילן הערן די נחמה פון הקב"ה אליינס און נישט דורך א שליח, וויאזוי קען מען זוכה זיין דערצו?
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם הייליגן אמרי נועם זי"ע וועלכע זאגט ביי ראש השנה אז תקיעת שופר איז מעורר לתשובה וויבאלד הקב"ה בלאזט ארויס פונעם שופר 'עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר' און דאס קומט בזכות פון מצות מצה וואס מצה איז מקדש די גוף פון א מענטש אז ער זאל קענען מקבל זיין תקיעת שופר פון הקב"ה אליינס און דאס איז מעורר לתשובה,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע זאך איז אויך דא ביי די נחמה, 'נחמו נחמו' אינאיינעם מיט די אכט אותיות איז בגי' 'לחם עני' און בזכות פון מצות מצה וועט כלל ישראל זוכה זיין צו הערן די נחמה פון הקב"ה אליינס און אונז האף מיר און זענען מתפלל אז אונז זאל מיר טאקע ווערן געטרייסט נאך די אלע צרות וואס כלל ישראל איז אלץ אריבער און מען זאל בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.
ידיד נפש: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - ר"מ בישיבה.
קל מסתתר: נכד רבינו הרב מרדכי זאב רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס זיך צוריקקערן מארגן זונטאג קיין ק"י נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
~🌴~