דאנערשטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ק"י.
פתיחה: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' חנוך העניך פישמאן הי"ו - לעיקוואד.
עליות:
כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הגה"צ רבי ברוך הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מעליץ.
גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
אין די פארמיטאג שעות האבן זיך א קבוצה מציוני תלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון ק"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין די אלטע היים,
דערביי האט דער רבי פארציילט פארשידענע שאלות בהלכות טריפות וואס האבן זיך געמאכט די וואך בעת די באזוך אינעם בית השחיטה אין פאוסטוויל אייאווע,
דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20,
בעל תפילה: הב' ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו - ק"י.
נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום גענומען.
א גוטע נאכט.
~🌴~