דינסטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:30.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרה"ק הקול ארי' זצ"ל פון וועם די בר מצוה בחור איז אן אייניקל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה,
נאכן מאכן א ברכת על המחיה האט דער רבי געזאגט תפילת הדרך.
ארום 9:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום לאקאוניע לופטפעלד אין גילפארד ניו העמפשיר,
איידערן אויפשטייגן אויפן פליגער האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די מנהלי בתי אופה דקהילתינו הק' פון וומ''ס און ק''י וועלכע האבן זיך געפינען אין איידעהאו אויף א "צווייטע ווייץ שניט" פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ו הבעל''ט ווי רבינו שליט''א האט ספעציעל אראפגעשיקט בנו בכורו הגה''צ אב''ד ור''מ וומ''ס שליט''א צו באגלייטן די ווייץ שניט פון דערנאנט,
די מנהלים האבן איבערגעגעבן א באריכט אנקומענדיג אויפ'ן פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע מינוטן, און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:40 האט זיך דער רבי'ס פריוואטע פליגער געהויבן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די שחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק' פאר די גסות,
דער רבי'ס פליגער האט געלאנדעט ארום 1:00 אזייגער אינעם לאקאלן לופטפעלד אין וויסקאנסין און דער רבי איז צוגעפארן ארום א האלבע שעה קיין פאוסטוויל צום בית השחיטה.
ביים אנקומען אין בית השחיטה האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר פונעם בית השחיטה, און הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ. וועלכע געפונט זיך דארט אין די יעצטיגע טעג מטעם קהלתינו הק' מפקח צו זיין אויף די שחיטה,
דער רבי איז אריין אינעם בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע פלענט מרישא ועד גמירא איבערקוקנדיג יעדע פרט פאר א לענגערע צייט פון אריבער פיר שעה!
צום ערשט האט דער רבי זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף די גאנצע סדר בדיקות הריאות און איבערגעקוקט אלע פרטים אויפן ארט, און דערנאך אריבער צו די מקום השחיטה, וואו דער רבי האט בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, און שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע הידורים פון די חלפים זייענדיג חד וחלק אויף די העכסטע סטאנדארטן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די מהודר'דיגע שחיטה צוקוקנדיג וויאזוי מען לייגט אריין די בהמה אינעם באקס און דרייט עס איבער אהערצושטעלן א פולשטענדיגע מהודר'דיגער שחיטה מונחת, און ווייטער באטראכט וויאזוי מען לייגט ארויף די חלקים פונעם בהמה אויפן קייט עס פירנדיג ווייטער אינעם פלענט, און דער ספעציעלער חומרא אז א איד זאל אנצייכענען די נומערן אויף די חלקים פונעם בהמה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזעצט צו די איבריגע חלקים פונעם פלענט וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גרויסע זהירות און די סיסטעם גענצליך אפצוטיילן די כשר'ע מהודר'דיגע בהמות פון די נישט כשר'ע, און א לענגערע צייט באטראכט די ניקור אפאראט מיט אלע אירע הידורים, און זיך אומגעקוקט אויף די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א,
פון דארט איז דער רבי אריבער באטראכטן די גאנצע פעקעדשינג און לעיבלינג אפאראט, און זיך אומגעקוקט אויף די גיגאנטישע פריזערס אין וועלכע די פראצעסירטע פלייש ווערן געהאלטן.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום ביהמ"ד פון די שוחטים, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און דער רבי האט מלא רגש ושמחה ארויסגעברענגט רגשי לבבו אויף דעם וואס מען האט ב"ה זוכה געווען אוועקצושטעלן די געוואלדיגע הידורים אינעם בית השחיטה און ארויפברענגען די סטאנדארט פאר כשר'ע פלייש ביי היימישע אידן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט יעדע מאל מען קומט באזוכן די שחיטה.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די שוחטים ומשגיחים ברכות לרוב, און פארלאזט דעם בית השחיטה און צוגעפארן צום לופטפעלד.
ביים אנקומען אין לופטפעלד איז דער רבי אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער אויפן וועג צוריק למקום הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אזייגער.
ארום 8:00 אזייגער האט די פליגער געלאנדעט אינעם לאקאוניע לופטפעלד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע צימער אינעם לופטפעלד,
נאך מנחה האט זיך דער רבי געזעגענט פון די חשובע רבנים שליט"א און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א פארן ארויסהעלפן אהערשטעלן אזא שיינע שחיטה, און נייטרא רב שליט"א האט באוואונדערט די איבערגעגעבנקייט פון רבינו שליט"א זיך אויפצוהייבן אינמיטן די אפרוה צו מפקח זיין אויף די כשרות הבשר.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין בעטלהעם ניו העמפשיר,
ביים אנקומען ארום 9:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך,
בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו - ק"י.
~🌴~