פרייטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג דברים=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ה פייערשטיין הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זי"ע און איבער זיין הבטחה צו קומען צו זיין ציון אין בישטנא אין די ניין טעג.
דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרה"ק הערוגת הבושם זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט היינט עש"ק ז' אב.
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 7:56.
תפילת מנחה: 8:45.
עריכת שלה"ט: ארום 10 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:45).
מנחה: תיכף נאך ברכת המזון, ארום 3:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות פון שלו"ס אין ביהמ"ד ארום 7:45.
שקיעה: 8:10.
זמן מוצ"ש 9:22.
מעריב און אמירת איכה: 10:00 אזייגער.
=תשעה באב=
שחרית: 9:30.
מנחה: 6:45.
מעריב ביים זמן ר"ת: 9:20.
א גוט שבת.
~🌴~