מיטוואך דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך דברים=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הבה"ח ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די קרומע שיטה פון די מזרח'יסטן זיך צו גרייטן צו ביאת המשיח דורכן פראקטיצירן צו טוהן די עבודה אין ביהמ"ק, בעת זיי זענען די וואס זענען מעכב ביאת המשיח.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' יוסף מנחם ב"ר אהרן שמואל פישער הי"ו - וומ"ס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
בעל תפילה: ר' יצחק שמואל שווארטץ הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~