דאנערשטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מטו"מ=
~כ"ח תמוז - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע~
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
ב"ר אהרן יוסף בר"י לאנדא הי"ו - ק"י.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
פתיחה: הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פונעם בעל הילולא זי"ע.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:20,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
ארום 8:00 אזייגער האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף 'ישמח משה' פון ק"י בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א,
פאר די פיש האט דער מנהל שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת בבא קמא וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו',
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים און פארן גאנצן ציבור, און נאכגעזאגט פון הרה"ק רבי הערשל'ע ליסקער זי"ע וואס האט געזאגט זייענדיג ביים יארצייט אין איהעל אז דער הייליגער ישמח משה זי"ע שטייט און בענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים, און דער רבי האט אויסגעפירט אז דאס גייט נאך אן עד היום הזה און יעדער ווערט געבענטשט פונעם גרויסן בעל הילולא זי"ע,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 9:30,
דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
נאך מעריב זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען,
אזוי אויך האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנשי שלומינו פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און הר"ר שמחה בונם פאנעט שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר באר שבע פון הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע וואס ער האט איבערגעדריקט.
א גוטע נאכט.
~🌴~