מיטוואך מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר אנטשיל גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
ב"ר אלימלך בנציון וואלדמאן הי"ו - וומ"ס.
בעל תפילה: הב' הערשל ב"ר משה הירש הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נסים וואס איז געשען אין ק"י ווען א קרעין איז אראפגעפאלן נעבן ביהמ"ד בית חיים יעקב דקהלתינו הק'.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30,
דער רבי האט אנגעצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרי חידושי רבי שלמה קלוגער זי"ע וואס ער האט איבערגעדריקט, און הב' משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו - ק"י, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
א גוטע נאכט.
~🌴~