דינסטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אליעזר ווייס הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הב' יושע ב"ר יואל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די חיוב פון גומל בענטשן.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~