שבת חול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת חול המועד סוכות
"אושפיזא דאהרן"
בצל הקודש
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארץ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 11:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין, און דערנאך געזינגען די זמירות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י.
מנוחה ושמחה: הגה"צ ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק בהעלותך את הנרות, ויעש כן אהרן ווי רש"י זאגט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה,
ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער דעם וואס די גמרא זאגט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא שטייט אבער אז ביי מצוות דרבנן באקומט מען יא שכר אויף די וועלט,
און דער רבי האט געזאגט אז די גאנצע כח וואס די חכמי ישראל האבן צו מחדש זיין נייע תקנות און מצוות קומט אלעס פון די כח פון אהרן הכהן וואס ווען ער האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעשיינט פאר כלל ישראל חכמת התורה, האט דער רבי געזאגט אז דאס אז מען שאקלט ד' מינים גאנץ סוכות איז נאר א דרבנן, און אזוי אויך ווען די ערשטע טאג געפאלט אין שבת און מען שאקלט נישט קיין ד' מינים איז אויך נאר א דרבנן, און אויף מצוות דרבנן איז דא שכר מצוה אויף די וועלט, און אלעס איז אין זכות פון אהרן הכהן.
קה אכסוף: הרב ליפא טייטלבוים שליט"א (ירושלים) בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א חדב"ן.
ברכת המזון: הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קול ארי' זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג אסרו חג.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם עקשטיין שליט"א - אב"ד בוענאס איירעס וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:40.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך שליט"א - חדב"ן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל והושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש.
און הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר שלום וועבערמאן.
כהן: ר' משה חיים קאהן - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין.
רביעי: ר' יואל בר"א סימאן.
חמישי: הרה"ח ר' דוד לייב אקער - לאנדאן.
שביעי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
הגבה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער.
גלילה: ר' יואל בר"ב פיש.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן.
הגבה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן.
גלילה: ר' זלמן לייב פריינד - לאנדאן.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ברוך גאטליב.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל בר"א סימאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אריבערגעגאנגען צום סוכה פון הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י אויף די ד.א. ווידער גאס ווי עס איז פארגעקומען די קידוש לרגל הולדות הבת אצל חתנו הרב חיים מייזליש בן הגה"צ אב”ד מאנטריאל שליט"א
דער רבי איז אנגעקומען און געמאכט קידוש און א לישב בסוכה און דערנאך טועם געווען מזונות און פיש
דערנאך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פאר די בעל שמחה און פאר די גאנצע עולם.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול ארום 7:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' ישראל שפיצער
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ.
כהן: הרה"ח ר' אלימלך דייטש.
לוי: הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווייס - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס הערש רייך.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו של"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק בהעלותך את הנרות, ויעש כן אהרן ווי רש"י זאגט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה,
ווי דער רבי האט נאכגעברענגט די מחלוקה פונעם קאזניצער מגיד זי"ע מיטן חוזה פון לובלין זי"ע צו הקב"ה זאל קודם משפיע זיין רוחניות און דערנאך גשמיות אדער קודם גשמיות און דערנאך רוחניות, ווי דער רבי האט מכריע געווען אזוי ווי דער הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע זאגט אז פאר די בני עלי' דארף מען קודם געבן רוחניות און נאכדעם גשמיות און פאר די פשוטי עם דארף מען קודם געבן גשמיות און נאכדעם רוחניות,
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע אז פארוואס שטייט 'סוכות' א לשון רבים ווייל דער זרע קודש זי"ע זאגט אז די סוכה איז משפיע רוחניות און די בני יששכר זי"ע זאגט אז די סוכה איז משפיע גשמיות, פארדעם שטייט א לשון רבים ווייל די סוכה איז משפיע ביידע סיי גשמיות און סיי רוחניות כל אחד לפי ערכו,
און פארדעם ברענגט מען אריין די ד' מינים אין די סוכה ווייל די ד' מינים ווייזט אויף די ד' כיתות ישראל און מען ברענגט עס אריין אין די סוכה ווייל די סוכה איז משפיע פאר יעדעם איינעם לפי ערכו,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט א קדושת יו"ט ווי ער זאגט אז די מנורה ווייזט אויף רוחניות און די שלחן ווייזט אויף גשמיות און ער טייטשט אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות 'מול פני המנורה' מיינט מען די שלחן וואס איז געווען קעגן די מנורה, אז די כהן האט קודם משפיע געווען גשמיות און נאכדעם רוחניות,
האט דער רבי געטייטשט 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז אהרן הכהן האט נישט פארענדערט ער האט משפיע געווען פאר יעדעם אויף זיין סדר פאר די בני עלי' קודם רוחניות און נאכדעם גשמיות, און פאר די פשוטי עם קודם גשמיות און נאכדעם רוחניות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכות אז די סוכה זאל אונז משפיע זיין גשמיות און רוחניות כל אחד לפי ערכו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרב ליפא טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב אין די סוכה.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 9:30.
א גוטן מועד.
~🌴~